אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 98:
 
===[[סאטמאר]]===
ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרעטרן אין די אויגן אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף [[קינגס הייוועי]] די [[גאלדן פלאו]] טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן [[סאטמאר]] אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. אז די גרויסע ווערטער [[חלב ישראל]] אויף א טראק אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. און ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם און באוויזען צו אויפשטעלן עשירים אדירים מיט פיאות בארפולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע.
 
ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר, טייל פון זיינע אייניקלעך נעמען דאס זייער ערענסט אין זיי פארן אויף שבתים זיך אפרוען אין קרית יואל מאנרוי כאטשיג וואס זיי גייען אנגעטאן ווי ליטוואקעס ווי זייער זיידע.
שורה 115:
 
ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די [[בני יואל]] אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים און זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם [[ברך משה]]ס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע עני סאטמאר אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה.
 
=== [[יידיש]] ===
די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן [[אידיש]], אפילו זיינע טויזענטע טעיפס זענען בעיקר אויף [[ענגליש]], האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז דער סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר [[ספרדים]] [[בעלי תשובות]] וואס רעדן נישט, און קענען נישט קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינעם אלטמאדישן אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבה פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.