אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 115:
 
ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די [[בני יואל]] אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים און זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם [[ברך משה]]ס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע עני סאטמאר אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה.
==== [[יידיש]] ====
די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן [[אידיש]], אפילו זיינע טויזענטע טעיפס זענען בעיקר אויף [[ענגליש]], האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז דער סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר [[ספרדים]] [[בעלי תשובות]] וואס רעדן נישט, און קענען נישט קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינעם אלטמאדישן אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבה פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.