אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 98:
 
===[[סאטמאר]]===
ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרעטרן אין די אויגן אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף [[קינגס הייוועי]] די [[גאלדן פלאו]] טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן [[סאטמאר]] אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. אז די גרויסע ווערטער [[חלב ישראל]] אויף א טראק אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. און ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם און באוויזען צו אויפשטעלן עשירים אדירים מיט פיאות באר און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע.
 
ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר, טייל פון זיינע אייניקלעך נעמען דאס זייער ערענסט אין זיי פארן אויף שבתים זיך אפרוען אין קרית יואל מאנרוי כאטשיג וואס זיי גייען אנגעטאן ווי ליטוואקעס ווי זייער זיידע.