אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 88:
 
זייענדיג אן עדוקירטער חרדי וואס נישט אלע געדולים האבן באקומען א קאלעזש חינוך האט ער טאקע מקדיש געווען זיין לעבן צו באקמעפן די [[אמעריקע]] פראבלעם.
===[[לוקסוס]]===
ער פלעגט שטנדיג זאגן אז די שורש פון די שווערע נסיון צו זיין א איד אין אמעריקע איז בעיקר וועגן [[לוקסוס]].
 
ער איז געווען א גרויסער לוחם דערקעגן. ער איז געשלאפן זעכציג יאר אויף א ברעיט ווייל א מאטראץ פעילט זיך נישט אויס, און עס איז ווארשיינליך בעסער פארן רוקן א ברעיט. ער האט געהאט די זעלבע בענקלעך און פוירניטשאר אין זיין קהילה און הויז פאר איבער זעכציג יאר.
 
דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן ווען זיין זון האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי בשמחה מען דארף דאך זיין ערענסט ווען מען גייט ארויף צום בית דין של מעלה מקבל פנים זיין די שכינה און געבן א דין וחשבון האט ער זיך צושריגן מיט אלע זיינע לעצטע כוחות, '''איך בין דאך נישט געווען קיין איין וועקעישאן מיין גאנצער לעבן'''!
 
ער האט קיינמאל נישט געוואלט לייגן א בעל ביי זיין דירה אויף אוישן פארקוועי וואס ער האט געוואונט אויפן צווייטן שטאק און די קינדער האבן געבעטן אז א ניינציג יעריגער איד דארף זיך נישט אראפשלעפן שטענדיג ווען איינער וויל אריינקומען צו עפנען די טיר. ער האט געזאגט אז דאס אן אמעריקאנער לוקסוס.
 
===[[סאטמאר]]===
ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרעטרן אין די אויגן אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף [[קינגס הייוועי]] די [[גאלדן פלאו]] טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן [[סאטמאר]] אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. אז די גרויסע ווערטער [[חלב ישראל]] אויף א טראק אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. און ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט.