אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 30:
ר' אברהם שלמה פלעגט שטענדיג בעטן ר' אביגדור צו מאכן נאך שיעורים און אסאך מאל האט ער נאכגעגעבן. ווי למשל די אידיש שיעור חול המועד און נאך וואס ר' אביגדור איז ספעציעל ארויס מגדרו אויף די נודניקע שטיק פון ר' אברהם שלמה.
 
ר' אברהם שלמה האט זיך נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור, ספעציעל אין די הייליגע טעג ווי די עבודה פונעם צדיק האט זיך מער ארויסגעוויזן, און האט טאקע זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אביסל קורת רוח ווען ביי די גסיסה פון ר' אביגדור האט ער אים צוגעריפן און זיך באדאנקט און אים איבערגעבעטן אז ער האט אים נישט גענוג מקרב געווען און ארויסגעוויזן אנערקענונג אויף זיין געטריישפאט דורך אים פערזענליך געבן זיין סידור במתנה אוועק פון די אייניקלעך וואס האבן פראטעסטירט דערויף דאס איז געווען די לעצטער אקט פון יציאת נשמתו הטהורה.
[[קאטעגאריע:רבנים|יאבוי]]