אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
די ארונים האלטן אז אלעס וואס ער זאגט איז קודש סאו ביטע שרייבן ביידע צדדים
אין תקציר עריכה
שורה 12:
==בעל מחדש און מגיד==
[[Image:cover.jpg|thumb|right|ספר חידושי תורה וואס אנטהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו]]ר' אהרן טייטלבוים איז פארעכנט אין די חרדישע וועלט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף [[תורה]] און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' [[יואל טייטלבוים]].
 
דערצו אבער האט ער במשך זיין לעבן שוין געהאלטען פיל קאנטרעווערסיאנלע דרשות, טייל בענין פאליטיק, און טייל בעניני קדושה, וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט מיט נישט קיין איידעלע אויסדרוקען, וואס ווערט גענוצט דורך זיינע קעגנער ווי א פייל קעגן אים אז ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער, וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעט ארויס מויל. זיינע אנהעגערס פארטיידיגען אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און וואס ער רעדט איז קודש קדשים הייליג און טייער, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעים טאטען ובשליחותו, און ביי עניני קדושה איז פארקערט די סאטמארע רבי זי"ע האט געהאלטען אז אדרבא מען דארף רעדן פון די ענינים אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען די חומר הענין נאך פון קינדווייז אן.
 
==סאציאלע באנעמונג==