אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כאבאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
שוחד מיינט נעמען אדער געבן כאבאר פאר א [[דיין]] אדער [[להבדיל]] א [[ריכטער]] פארן [[פסק]]'ענען א [[דין תורה]] אדער להבדיל א קארט[[קאורט]] לויט די אייגענע אינטערעסען, נישט לויט די [[יושר]].
 
לויט די [[תורה]] איז נאר דא א [[איסור]] צו נעמען שוחד, אבער נישט צו געבן. עס ווערט דערציילט אז א [[גלח]] האט אמאל זיך מתווכח געווען מיט רבי ר' [[יהונתן אייבשיץ]] זצ"ל, אז די [[קריסטליכע]] [[רעליגיע]] האט בעסערע [[געזעצן]] בנוגע שוחד, ווייל לויט די קריסטליכע גלויבן טאר מען אפילו נישט געבן קיין שוחד, האט די רבי ר' יהונתן אים געענטפערט: אדרבא! לויט ענק וועט איינער וואס געט שוחד קיינמאל נישט פארציילען אז ער האט געגעבן שוחד, ווייל עס איז אויך זיין עולה, דעריבער וועט א ריכטער קיינמאל נישט מורא האבן צו נעמן שוחד ווייל ער ווייסט אז יענער לייגט זיך אין פעקל פונקט וואו ער אויב פארציילט ער, משא"כ ביי אונז אידען האט א דיין מורא צו נעמען שוחד, ווייל ער ווייסט אז דער געבער קען גלייך פארציילען וואס ער האט געטוהן, און עס איז נישט קיין שום אומרעכט פון זיין זייט.
 
א גויאישע ריכטער האט אמאל געפרעגט פונעם [[חוות יאיר]] היתכן אידען געבן אזויפיל שוחד פאר שופטי [[עכו"ם]], האט ער אים געענטפערט מיט [[חכמה]], אזוי ווי די [[שופט]] איז דאך א [[גוי]], האט ער דאך א נטיה ענדערש צו פסק'ענען לטובת דעים גוי, קומט דאך אויס אז עס וועט נישט זיין קיין גלייך בארעכטיגע פסק, וועגן דעים כדי צו באלאנסירען די שופט'ס מיינונג, געט אים דער איד שוחד ער זאל זיך צוריק אויסגראדען זיין מיינונג, און די [[שר]] איז זיעערזייער נתפעל געווארן פון די [[תשובה]]. די [[חוות יאיר]] פירט אבער אויס אין זיין תשובה אז ער האט עס נאר געזאגט פאר א תשובה צום גויאישען שר, אבער יעדער איינער דארף זיין זייער געווארענט אין דעים.
[[en:Bribery]]
[[he:שוחד]]