אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אחד מי יודע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: '''אחד מי יודע''' איז א פיוט וואס מען זאגט אין סוף ליל הסדר. עס איז געשריבן אין העברעיש געמיש...
 
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אחד מי יודע''' איז א [[פיוט]] וואס מען זאגט אין סוף [[ליל הסדר]]. עס איז געשריבן אין [[העברעיש]] געמישט מיט [[אראמיש]]. איר געשטעל איז 13 פראגעס אויף א פארעם פון: "אחד מי יודע", "שנים מי יודע" אא"וו, און אירע ענטפערס זיינען: "אחד אלוהינו", "שני לוחות הברית" אא"וו.
 
דער פיוט איז געשריבן אין דער [[מיטלאלטער]] און דער מחבר פון איר איז נישט באוווסט. אין א [[סידור]] פון יאר [[ה'קס"ו]] (1406) שטייט אז די פיוט האט מען געטראפן אין דער [[שול]] פון [[בעל הרוקח]], ר' אלעזר בר יהודה פון ראגמיזע, דער [[בעל הרוקח]].
 
אין געוויסע געמיינדעס האט מען זיך געפירט זינגען "אחד מי יודע" ביים [[שבת]] [[שבע ברכות]].