אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייווא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Yivo.jpg|400px|left|thumb|פארשער אין דעם ייווא ליינונגס צימער, ווילנע, פוילן, ה'תר"צ-1930]]
#REDIRECT [[ייִוואָ]]
 
'''ייִוואָ''' (ר"ת '''יי'''דישער '''וו'''יסנשאפטלעכער '''א'''ינסטיטוט. אויף ענגליש: '''YIVO ''') איז אן אינסטיטוציע געווידמעט צו פארהאלטן דעם קולטור און שפראך פון אשכנז'ישן אידנטום. עס איז מערסט באקאנט אלץ די אָפיציעלע ארגאניזאציע פֿאַר קאָרעקטן יידיש-שרייבן/גראַמאַטיק, אויפֿן שניט פֿונעם [[ליטוואק|ליטווישן]] ייִדיש. עס איז געגרינדעט אין יאר ה'תרפ"ה (1925).
 
==די ארכיוון==
 
ייווא איז הויפטקווארטירט אין ניו יארק און האט אויך א וויכטיגן צענטער אין ארגענטינע. דער אינסטיטוט פארמאגט איבער 360,000 בוכער און פובליקאציעס אין צוועלף שפראכן. דאס רעכנט אויך אריין די ספעציעלע '''''ווילנע פארזאמלונג''''' וואס אנטהאלט 40,000 חלקים און 25,000 בענדער פון חידושי תורה ווערק פון רבנים און גאונים אנגעהויבן פונ'ם 16'סטען יאר-הונדערט.
 
די ייווא ארכיוון אנטהאלטן איבער 23,000,000 דאקומענטן, בוכער, פילמס, קונסטווערק, רעקארדס, מוזיק, און נאך. דאס איז דער גרעסטער פארזאמלונג פון מאטעריאל וואס דאקומענטירט דאס אידישע לעבן אין אמאליגן אייראפע און דאס אימיגראנטישע דורכלעבונג אין אמעריקע. ייווא פארמאגט טויזנטער ערשט-האנטיגע באריכטן פון שואה פליטים; געמיינדע דאקומענטן פון די אידישע געטאס אין ווארשע, לאדז, און ווילנע; איבער 750 יזכור בוכער פון אידישע געמיינדעס אין פוילן און די ארומיגע לענדער; אוטוביאגראפישע ווערק פון הונדערטער אמעריקאנער אידישע אימיגראנטן; און דער גרעסטער פארזאמלונג פון יידיש מוזיק און טעאטער שפילן אויף דער וועלט.
 
===באזוכער===
יעדעס יאר קומען באזוכן אין די ייווא ארכיוון מער ווי פיר טויזנט פארשער, לערער, סטודענטן, קונסט ארבייטער, שרייבער, פילמער, היסטאריקער, און סתם אינטערעסירטע יחידים.
 
ייווא געפינט זיך היינט אין דעם '''''צענטער פאר אידיש היסטאריע''''', ביי Fifteen West 16th street אין [[ניו יארק]].
 
==היסטאריע==
 
ייווא איז געגרינדעט געווארן אין 1925 דורך אינטעלעקטואלע אידישע פיגורן, אריינגערעכנט [[אלבערט איינשטיין]] און [[זיגמונד פרויד]]. עס איז געווען הויפט-קווארטירט אין ווילנע ביז'ן [[צווייטן וועלט קריג]] און זיך דאן אריבערגעצויגן קיין ניו יארק. די ארגינעלע ארכיוון זענען פארכאפט געווארן דורך די דייטשן וועלכע האבן זיי געברענגט קיין בערלין, וואו זיי זענען פערהאלטן געווארן און נאכ'ן קריג געברענגט געווארן צו די ארכיוון אין ניו יארק.
 
 
==דרויסענדע לינקס==
*[http://www.yivoinstitute.org אפיציעלע וועב זייט - yivoinstitute.org]
*[http://www.yivoinstitute.org/about/index.php?tid=136&aid=351 דער ייווא ענציקלאפעדיע פון אידן אין מזרח אייראפע - ארויסצוגעבן אין 2008]
*[http://maps.google.com/maps?oi=map&q=15+W+16th+Street,+New+York,+NY זעהט דעם ייווא אדרעס אויפ'ן גוגל מאפע]
 
[[קאַטעגאָריע:יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:שפראכן]]
[[קאטעגאריע:אידישע אינסטיטוציעס]]
 
[[de:Yidisher visnshaftlekher institut]]
[[en:YIVO]]
[[ja:YIVOユダヤ調査研究所]]
[[pl:YIVO]]