אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קעשענעוו פאגראם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 2:
'''קישינעוו פאגראם''' איז געוועזן אן אויסטערלישע [[פאגראם]] קעגן די [[יידן]] אין [[רוסלאנד]] אין יאר [[ה'תרס"ג]] ; 1903.
 
די פאגראם האט זיך אנטוויקלט אין [[קישינעוו]] מיט די הילף פון די רעגירונג און בראשם דער רוסישער [[אינערן מיניסטער]] נאך וואס איז פארשפרייט געווארן א [[בלוט בילבול]] קעגן די [[ייד]]ן אז זיי האבן געהרגעט [[קריסט]]לעכע [[קינדער]] כדי צו מאכן מיט זייערע [[בלוט]], [[מצות]] אויף [[פסח]].
 
אין פארלויף פון 3 טעג האבן די צעשויבערטע געמארדעט פארווונדעט און בארויבט פיל יידן. זיי האבן אראפגעווארפן קינדער פון די הויכע שטעק און זיי אויסגעהאקט די אויגן. די רוסישע [[פאליציי]] האט זיך נישט אריינגעמישט צו פארמיידן די פאגראם. אין די פאגראם זיינען געשטארבן 49 יידן, און ארום 500 הונדערט זיינען פארווונדעט געווארן, און נאך הונדערטער הייזער און [[געשעפט]]ן זיינען בארויבט און פארברענט געווארן.
 
די פאגראם האט צושוידערט די גאנצע וועלט און איבערהויבט די יידן פון די שטארקע [[אנטיסעמיטיזם|אנטיסעמישקייט]]. [[חיים נחמן ביאליק]] האט געשריבן זיין באוווסטע ליעד "על השחיטה". אויך האט די פראגראם צוגעשטופט פיל יידן צו עמיגרירן פון רוסלאנד צו די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע]] און צוא קליין טייל [[ארץ ישראל]] ביי [[די צווייטע אימיגראציע]]. [[בנימין זאב הרצל]] האט געטוישט זיין געדאנק צו אויפשטעלן א יידישע [[רעגירונג]] אין [[ארץ ישראל]] און נישט ערגעץ אנדערש ווי ער האט פריער געהאלטן.