אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טאהש (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 59:
צווישן די איידימער פון רבי'ן זענען דא עטליכע בארימטע ראשי ישיבות און גרויסע רבנים וואס פירן זייערע אייגענע קהלות, הרה"צ ר' אביגדור פיש שליט"א האדאסער רבי אין וויליאמסבארג, הרה"צ ר' יוסף מאיר מאיר שליט"א ליזענסקער רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' אברהם כ"ץ שליט"א משכנות יעקב רבי אין מאנסי, דער ליזענסקער און דער משכנות יעקב רבי פירן אויך אייגענע גרויסע ישיבות און מוסדות.
 
== לעצטיגע מחלוקת ==
 
לעצטענס זענען דא געציילטע יחידים וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די החלטה אויף דעם רבינ'ס זון ר' מיילעך איבערצונעמען די חסידות. לגבי דעם דעת פון רבין שליט"א, איז די שטעטל איינשטימיג אז דער רבי האט געשטעלט זין זוהן דעם רב ער זאל איבער נעמען דאס חסידות, ד.ה. ר' מיילעך דער זון, אבער די חולקים זאגן אז צוליב זיין עלטער איז שווער צו וויסן דעם רבינ'ס אמת'ער רצון.
 
ביי מערערע טאהשע חסידים איז קלאר אז דער רבי וויל דעם זוהן הרה"צ ר' אלימלך, און אפילו די אלטע מנהלים ווייסן דאס זייער גוט, און איגענטליך האבן זיי איינגעארדענט זיין הכתרה ווען דער רבי האט איהם ממנה געווען אלץ רב.
 
== דער מצב איצט ==
 
 
די מוסדות און שטעטל און די פרעפערטיס פון די בנינים זענען געווארן אוועק גענומען דורך די אלטע מנהלים און איבערגעשריבן מיט ליענס אויף פריוואטע נעמען אין ווילאנג א קארט וועט נישט פסק'ענען וועט מען נישט וויסן ווער עס האט געוואנען בעלות.
 
לעצטע צוויי דעוועלעפמענטס געבן א שטיקל אויבערהאנט פאר ר' מיילעך אבער ווייזט אז די אלטע מנהלים האבן גאר א שטארקע האנט צו מאכן קאפ וויי, איינער פון זיי האט ארגאנאזירט א סטרייק פון אלע טיטשערס ווייל זיי האבן נישט באקומען געהאלט, און ר' מיילעך מיט זיין סטעף האבן תיכף געהאט פארטיק א גאנצען שטאב מיט הונדערטע טיטשערס איבערצונעמן, סאיז געווען זייער דראמאטיש, אבער צום סוף זענען אלע אלטע טיטשערס געפלויגן, און די סקול האט איינגענומען ר' מיילעך.
 
אויך האט זיך איין ברודער פון זיי, דער מער היציגער אוועק געצויגן פון טאהש קיין ניו יארק, דאס ווערט אויסגעטיישט ווי ער האט איינגעזעהן אז ער פארלירט די מערכה.
 
דערווייל ווערט דער מצב ערגער און ערגער און קיין געלט איז נישטא, און מערערע איינגעשטעלטע זענען אפגעזאגט געווארן,די מוסדות גייען אן אויף א קריטישער מצב, די מלמדים זענען שוין נישט באצאלט געווארן עטליכע חדשים.
 
איינער א טוען רבני און עסקן פון מאנסי הרב גליק, נעפיו פון איצא התאחדות האט זיך אריבער געצויגן קיין טאש אנציפירן מיט ר' מיילעך'ס שטאב פון סטראטעגיסטן וויאזוי איבער צונעמען קאנטראל פון לאען מיט די ניימאן'ס.
 
 
== עת לחשות ועת לדבר ==
 
די שקצים שיקן ארום א שונד בלעטל מיט'ן נאמען דער דורכפאל ווי זיי רייסן אראפ מיט לגיונות מוציא שם רע'ס און בלבולים אלעס פון טאהש אנגעהויבן ביים רעבין, רב און די נייע פירערשאפט פון די קהלה.
 
די הנהלה מיט'ן רב האבן א לאנגע צייט געשוויגן און מקיים דעם הנעלבים ואינם עולבים שומעים חרפתם ואינם משיבים, און נישט געענטפערט פאר די מחרחרי ריב און עזות פני'מער.
 
אין די לעצטע אנטוויקלונגען, נאך וואס די קהלה האט א לאנגע צייט געשוויגן, זענען די רבנים און דיינים פון טאהש ארוסיגעקומען מיט א שארפן קול קורא קעגן די וואס ווילן אונטערברעכן די קהלה, מיט א פסק הלכה אז ווער עס האט א חלק לחזק להדפיס לכתוב או לפרסם הכתבי פלסתר הנ"ל גדול עוונו מנשוא, והוא עון בל יכופר.
 
דא איז דער קול קורא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1830552
 
דאס האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג, און האט געשטיפט די אנדערע צד צו זיכן שלום, און די געציילטע מהרסים זענען אויסגעשפיגן געווארן אינגאנצן פון די מחנה.