אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני נח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
לויטן [[רמב"ם]] (אין [[משנה תורה]], הלכות מלכים ט, א) הייסן זיי "בני נח" נאר אויב זיי זיינען זעלבסטבאוווסטיק און זיינען מקיים די זיבן [[מצווה|מצוות]] אלס א פארבאט פון די יידישע [[תורה]] וואס דאן האבן זיי א חלק [[עולם הבא]]. אבער אויב זיי טוהען דאס מיט זייער אייגענע פארשטאנד, הייסן זיי נאר "חכמי אומות העולם". אויך שטייט דארט אז א גוי וואס היט נישט די זיבן מצוות בני נח, און ער איז אונטער א יידישע מאכט, דארף דער [[סנהדרין]] אים שטראפן מיט [[טויט]].
 
היינט זיינען דא עטליכע מיסיאנערישע ארגאניזאציעס וואס פארשפרייטן די זיבן מצוות און מאכן זיי באוווסט פאר די גוים. איינע פון די גרויסע פארשפרייטערס איז געווען ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]], [[ליובאוויטש]]ער רבי. אויך היינט זיינען זיינע חסידים ממשיך צו פארשפרייטן אין די וועלט די זיבן מצוות.
 
אין די מאדערנע וועלט רופט מען "חסידי אומות העולם" פאר אזעלכע גוים וואס האבן געהאלפן די יידן ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]], ביי דעם [[חורבן]],ווען טויזנטער גוים וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון [[טויט]] איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דער ישראל'ישער ארגאניזציע "[http://www.yadvashem.org יד ושם]" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.