אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הלל (געזעלשאפט)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 2:
 
== אקטיוויטעטן ==
הל''ל
טעלעפאן: 1-700-70-70-73
 
הל"ל: דער פארבאנד פאר די, וואס קערן זיך אום צום פרעגן (די "יוצאים") - איז א נישט-פאר-פראפיטן ארגאניזאציע זינט 1991. זיין ציל איז צו העלפן און פארגרינגערן דאס לעבן פאר יידן וואס האבן באשלאסן צו פארלאזן די חרדישע קהילה און צוצושטיין צו אן אפענער און פלוראליסטישער סביבה. הל"ל וויל קיינעם נישט צווינגען אדער איינרעדן, נאר העלפט בלויז און נאר אזעלכע וואס האבן שוין אנגענומען א החלטה צו בייטן זייער שטייגער לעבן און נאך דעם געוואנדן זיך צום פארבאנד.
 
 
פאר וואס איז הל"לס ארבעט נייטיק?
 
דער פראצעס פון אפשייד איז אין אלגעמיין א פראצעס פון איבערגאנג פון א פארמאכטער, שטרענגער געזעלשאפט צו א סביבה וואס איז ליבעראל און אפן. דער דאזיקער איבערגאנג איז א סך מאל פארבונדן מיט א שארפן ריס מיט די פריינד און דער משפחה - דארף מען זיך אייניקער אליין אינטעגרירן אין א נייער סביבה, מיט געדאנקען און ווערטן וואס זיינען אין גאנצן אנדערש פון די, וואס ביי דער חרדישער. דאס אינטעגרירן זיך אין דער וועלטלעכער סביבה פאדערט דערצו אויסצופילן די ריזיקע בלייזן אין דער וועלטלעכער בילדונג, ווי אויך רעכענען זיך מיט א נייער געזעלשאפטלעכער רעאליטעט. אפטמאל טרעפט זיך אז די חרדישע קהילה הייבט
 
אויף א סך שוועריקייטן אקעגן די, וואס ווילן זי פארלאזן.
 
די שוועריקייטן וואס קומען אויף ביים רעכענען זיך מיט די דאזיקע שוועריקייטן, דער ריס מיט דער משפחה און דער קאנטראסט צווישן די האפענונגען און דער רעאליטעט שטרייכן אונטער די נייטיקייט פון א גרופע וואס זאל העלפן און אונטערשטיצן, און זיין א וועגווייזער און הערנדיקער אויער בשעת און נאך דעם אפשייד זיך צום פרעגן.
 
 
פארלאזן די חרדישע קהילה
 
 
ווי אזוי ארבעט דער הל"ל-פארבאנד?
 
הל"ל פירט אן מיט טעלעפאנישע "אפענע ליניעס" אין ירושלים און אין תל-אביב - דער געוויינלעכסטער אופן פון שטעלן זיך אין קאנטאקט מיטן פארבאנד. די וואלונטירן ביי די "אפענע ליניעס" נעמען אויף די טעלעפאן-שמועסן, באקענען זיך מיט די, וואס בעטן הילף, און באגלייטן זיי אדורך דעם גאנצן פראצעס פון "יציאה" און אפילו נאכן סוף דערפון. חוץ פארבינדן זיך מיטן אויפפאסנדיקן וואלונטיר, באקענען זיך די "יוצאים" אויך מיט "וועטעראנען", וואס האבן שוין פארענדיקט דעם פראצעס.
 
 
אויף וועלכע געביטן ארבעט הל"ל?
 
*
פלעצער ביי משפחות: הל"ל געפינט פלעצער פאר די "יוצאים" מיט פארשידענע משפחות, צוגעפאסט צו זייערע נייטיקונגען.
*
באקומען בילדונג: הל"ל העלפט די "יוצאים" אויספילן די ריזיקע בלייזן אין זייער מאדערנער בילדונג דורך אומזיסטע לעקציעס פון וואלונטירן ,צושטעלן לערן-מאטעריאל, אויסגעפינען פאסיקע לערנפראגראמען, און העלפן באקומען סטיפענדיעס. דער הל"ל פארבאנד האט אויך באשאפן א באזונדערן פאנד אויף אונטערצושטיצן די תלמידים.
*
העלפן אין "גיוס-צה"ל" (די נעמונג אין צה"ל): א דאנק דער ארבעט פון הל"ל ווערן היינט דערקענט פון צה"ל די ספעציעלע אומשטענדן פון "יוצאים". הל"ל העלפט די "יוצאים" באקומען א ספעציעלע אנערקענונג פון זייער פערזענלעכן סטאטוס אויף דער נעמונג, אפלייגן דאס דינען ווען נייטיק, אריינגעשטעלט ווערן אין אן אפטייל פון צה"ל וואס איז צוגעפאסט צו זייערע קוואליפיקאציעס, באקומען א סטאטוס פון "חייל בודד" און נאך. אין משך פון דער גאנצער צייט פון דינונג ווערט אויפגעהיט דער פארבינדונג מיט הל"ל-וואלונטירן.
*
געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע ארבעט: הל"ל פירט אדורך באגעגענישן צווישן "יוצאים" און די וואלונטירן, ווי אויך שטיצגרופעס, ווארשטאטן, בשותפותדיקע ארויספארן, קולטורעלע אקטיוויטעטן, לעקציעס, "ימי עיון" און פארשטעלונגען.
*
באגלייטן אויפן גאנצן וועג: הל"ל שטעלט צו א "הערנדיקן אויער" צו יעדער צייט און יעדער סטאדיע פון פראצעס פון "יציאה". ווען ס'איז נייטיק קענען די "יוצאים" באקומען דורך הל"ל פראפעסיאנעלע הילף אויף פארשיידענע פעלדער (פסיכאלאגישע הילף, משפחה-ראטונגען, פראפעסיאנעלע הדרכה און נאך).
 
אקטיוויטעטן
 
 
ווער שטיצט הל"ל?
 
די ארבעט פון הל"ל ווערט דערמיגלייכט דורך דער אונטערשטיצונג פון "הקרן החדשה לישראל", ווי אויך פון פריוואטע ביישטייערן.
 
 
ווי אזוי קען מען העלפן הל"ל?
 
דער הל"ל-פארבאנד נייטיקט זיך אין וואלונטירן אויף באמענטשן די "אפענע ליניעס" אין ירושלים און תל-אביב.
 
דערצו נייטיקן מיר זיך אין וואלונטירן וואס זיינען גרייט אויף צוצושטייערן זייערע קוואליפיקאציעס און אויסשולונגען אויף אנדערע פעלדער, ווי למשל פראפעסיאנעלע הילף, פרסום, הילף מיט די לימודים, אויסשולן וואלונטירן, געלט-שאפעריי און נאך. מיר נייטיקן זיך אויך אין לערנביכער און אין לייען-מאטעריאל, צי נייע צי גענוצטע (אין א גוטן מצב), פערזענלעכע קאמפיוטערס פאר די "יוצאים", שטובווארג, מעבל, ביוראווארג, און, געוויינטלעך, פינאנציעלע צושטייערן, וואס וועלן אונדז דערמעגלעכן אונדזער ווייטערדיקע ארבעט.
 
 
אקטיוויטעטן
 
 
די פראגראם פון סטיפענדיעס
 
== וועבלינקס ==