אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלבערט איינשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 8:
איינשטיין האט גראדואירט אין 1900 פון דער '''''דער שווייצער פעדעראלער אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע''''' (דער "צורישער פאליטעקניק") מיט א [[דיפלאמא]] אלץ לערער פון פיזיקס און מאטעמאטיקס.
 
אין 1902 האט ער באקומען א פשוט'ן [[סעקרעטאר]] פאסטן אין דער [[שווייצ]]ער [[פאטענט]] אפיס, און ער האט אויסגעארבעט זיינע סייענדיפישעסייענטיפישע געדאנקן אין זיין פרייעפרייער צייט. אין 1905 האט ער געלאזט דריקן דריי "פאפירן", איינס איבער "קוואנטום מעכאניקס", דערדאס צווייטערצווייטע איבער דער "טעאריע פון רעלאטיוויטעט", און דערדאס דריטערדריטע איבער "סטאטיסטישע מעכאניקס". אלע דריי זענען שפעטער פארעכנטפאררעכנט געווארן אלץ אומגעהויער חשוב אין די נושאים פון [[פיזיקס]] און [[מאטעמאטיק]]ס.
 
===צוריק אין דייטשלאנד===
אין 1914 האט ער זיך צוריק געצויגן קיין דייטשלאנד, אבער נישט צוריק געבעטן קיין סטאטוס אלץ דייטשע בירגער. ער איז געווען פון דידער מינאריטעט פון פארפעסארןפראפעסארן וואס זענען געווען אנטקעגן די דייטשע קריג אינטערעסן.
 
זיין ''טעאריע פון רעלאטיוויטעט'' איז נישט גריג געווארן אנגענומען, און -- איבערהויפט אין דייטשלאנד -- האבן [[אנטיסעמיט]]ישע פיזיקער געפרואווט אויפצוווייזן אז זיינע אנטדעקונגען זענען גרונטלאז. זיינע ווערק און כאראקטער זענען ווילד אטאקירט געווארן -- געטריבן דורך זיין אומפאפולערע שטעלונגען אלץ [[פאסיפיזם|פאסיפיסט]] און [[ציוניזם|ציוניסט]]. ווען ער איז באלוינט געווארן אין 1921 מיט דער '''''[[נאבעל באלוינונג]] פאר פיזיקס''''' איז דאס געווען פאר זיינע אנטדעקונגען אויף דעםדער פאטא-עלעקטרישן ווירקונג.
 
==אמעריקע, דער אטאם, און פאליטישע און רעליגיעזע מיינונגען==
מיט'ן אויפגאנג פון [[נאציזם|נאצישער]] [[פאשיזם]] אין 1933 האט ער זיך געצויגן קיין [[אמעריקע]]. אין אמעריקע האט ער אפגעווארפן זיין [[פאסיפיזם]] און געשטיצט דעםדי קריג קעגן דעםדער דייטשן בעדראהונגסכנה. אין 1939 האט ער געשיקט א בריוו צו [[פרענקלין ד. רוזוועלט|פרעזידענט רוזוועלט]], פארשלאגנדיג אז אמעריקע זאל פראדוצירן דעם [[אטאמישער באמבע]] איידער עס ווערט פראדוצירט דורך דייטשלאנד. רוזוועלט האט אנגענומען דעם פארשלאג און אלץ רעזולטאט אוועקגעשטעלט דערדי אונטערנעמונג אונטער'ן נאמען '''''"[[דער מאנהעטען פראיעקט]]"''''' וואס האט פראדוצירט דעםדי [[אטאמ]]ישער באמבע אין 1945. דערדי באמבע איז אין ענדע נישט גענוצט געווארן קעגן דייטשלאנד, נאר קעגן [[יאפאן]], און דאס האט אין ענדע געבראכט דעם צווייטן וועלט קריג צו א סוף. נאכ'ן קריג האט אבער איינשטיין שטארק געארבעט אויף נוקלעארענוקלעארער אנטוואפונג, פילנדיג אז דאס וועט ברענגען מער חורבנות ווי לייזן פראבלעמען.
 
===ציוניזם===
איינשטיין איז געווען א שטיצער פון דעם אלגעמיינעם [[ציוניזם|ציוניסטישער]] אידעע, אבער ער האט געהאט אין דעם עטליכע צווייפלונגעןצווייפלען. ער האט געפילט אז דער גייסט פון דעםדער אידישןאידישער רעליגיע שטימט נישט מיט'ן אידעע פון א אידישער שטאט מיט אן [[ארמיי]] און דער געוואלד-מאכט וואס קומט מיט מיט דעם. אויך איז ער געווען אנטקעגן געוויסע פירונגען פון די [[ציונים]] כלפי דידער אראבישעאראבישער באפעלקערונג. טראץ דעם איז ער געווען נאנט אין פארבינדונג מיט עטליכע פון אירע פירער, און האט געהאלפן גרינדן דעם '''''[[העברעאישן אוניווערסיטעט]]''''' אין ירושלים אינאיינעם מיט [[חיים ווייצמאן]], דער ערשטער פרעזידענט פון [[מדינת ישראל]], מיט וועמען ער איז געווענט נאנט בעפריינדעט.
 
מען האט אים אויף פארגעשלאגן צו ווערן פרעזידענט פון דעם נייעם [[מדינת ישראל]], אבער ער האט זיך פון דעם אנטזאגט.
 
===רעליגיע===
איינשטיין האט באקומען א סעקולערע ערציאונגדערציאונג פון זיינע עלטערן (ער האט אפילו שטודירט צייטווייליג אין א קאטוילישעקאטוילישער שולע),. אבער לויט זיין אייגענעםאייגענער באשטעטיגונג האט ער געהאט שטארקע רעליגיעז-אידישע געפילן אין זיין יוגנדיוגנט. שפעטער האט ער אבער איינגעזעהןאיינגעזען אז דאס גלויבן אין א גאט אין דעם אור-אלטן פארשטאנד האט נישט קיין זין נאך די היינטיגע דערגרייכונגען אין פארשטיין דעם וועלט און אין [[כאסמאלאגיע]]. אנשטאט א גאט אין דעם אמאליגן זין האט ער געהאלטן אז דאס סייענטיפישער באקאנטמאכונג פון די וועלט -- וויאזוי עס פירט זיך און אירע מיליאנען פארבארגענישן -- ווייזט אויף א געוויסן געטליכקייט וואס דארף ברענגען דעם מענטש צו א טיפן באשיידנקייט דערקענענדיג זיין אנבעדויטענדער ווערט.
 
 
שורה 33:
 
===זיין מוח===
נאך זיין טויט האט מען ארויסגענומען זיין מוח עס צו פערהאלטן און שטודירן, אבער אין יענע צייט האט מען גארנישט געפונען מערקבאר. אין 1999 האט מען ווידער עס שטודירט אין ליכט פון נייע אנטדעקונגען אין די ווירקן פון דעם מוח, און מען האט געפונען אז דער חלק פעראנטווארטליךפאראנטווארטליך פאר מאטעמאטישע חשבונות איז געווען 15% גרעסער ווי נארמאל.
 
==דרויסענדע לינקס==