אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 26:
== ערשטע פארעמען פון קאמוניזם ==
 
[[בילד:Kmarx left32.jpg|left|thumb|250px|[[קארעל מארקס]] די גרינדער פון מאדערן קאמוניזם]]
קאמוניסטישע געדאנקן גייט צוריק אסאך פריער ווי ארגינעל אנגענומען. טייל [[היסטאריע|היסטאריקער]] זאגן אז אזוי וויט צוריק ווי 2,500 יאר האט א [[גריכלאנד|גריכישער]] [[פילאזאף|פיליזאפער]] מיט'ן נאמען [[פלאטו]] געשריבן וועגן אדאפטירן א פאראייניגטע סאסייאיטי וואס אין זיינע אויגן וואלט עס געברענגט [[שלום]] אויף די וועלט. זיין געדאנק האט ער פארשריבן אין א בוך אין וועלכע ער לייגט אויס א פלאן אז די סאסייאיטי זאל ערוועלן די געלערנטע מענטשן וועלכע זאלן פירן א [[רעגירונג]] אין וועלכע קיינער וועט נישט האבן אייגענע פראפערטי און די ארבעט זאל איינגעטיילט ווערן לויט קאטעגאריעס און געהאלטן אבער קיינער וועט נישט ארבעטן פאר זיך אליינס נאר ענדערש פאר די רעגירונג וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, פאר סאסייאיטי.
 
זיין געדאנק איז געגאנגן נאך פיל ווייטער אז מענטשן זאלן וואוינען אין באראקן און אויפציען קינדער אינאיינעם אנשטאט באזונדערע פאמיליעס. דער פיליזאפער האט געגלייבט אז ווי מער מענטשן וועלן פראקטיצירן די פאראנטווארטליכקייטן פון לעבן, אלס בעסער וועט דאס זיין פאר שלום ווייל מען וועט נישט גלוסטן אזויפיל און א טובה פאר איינעם וועט מיינען א טובה פאר יעדן.
 
איבער די נעקסטע 2,000 יאר האבן נאך פיליזאפער געשריבן וועגן אזעלכע געדאנקן אבער קיינמאל האט דאס נישט געברענגט צו גארנישט. רוב פון די פיליזאפער האבן געשריבן אז דער געדאנק וועט זיין אן אלטערנאטיוו צו די סיסטעם פון רעגירונג און [[קעניגרייך]] אין יענע צייטן וועלכע איז לויט זיי נישט געווען סיסטעמירט און יושר.
 
די ערשטע טריט וואס מענטשן האבן גענומען אין א געוויסע פארעם פון קאמוניזם איז געווען די [[פראנצויזישע רעוואלוציע]] אין 789' אין וועלכע די רעוואלוציאנירער האבן אראפגעווארפן די מאנארכיע און גענומען די רעגירונג אין די אייגענע האנט. די פראפאגאנדע אונטער די רעוואלוציע איז געווען די אומ'יושר'דיקייט פון קעניגרייך און די אנפירער האבן צוגעזאגט אייניגע רעכט פאר יעדן און אייניגע אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט.
 
די רעוואלוציע איז דורכגעפאלן און די [[מאנארכיע]] איז צוריק איינגעשטעלט געווארן און די פירער פון די קאמוניסטישע באוועגונג זענען אומגעברענגט געווארן. אבער קאמוניזם איז נישט געגאנגן שלאפן אין [[פראנקרייך]] און פאר די נעקסטע הונדערט יאר האבן מערערע גרופעס פרובירט אויפלעבן די באוועגונג אבער זענען אפגעשטילט געווארן דורך די קעניגרייך. א הויפט פיגור אין קאמוניזם איז געווען א פראנצויזישער מיט'ן נאמען [[לואיס בלענק]] וועלכער האט דאקומענטירט א גענויע פראפאזיציע וויאזוי א קאמוניסטישע סיסטעם זאל ארבעטן, גייענדיג ביז'ן לעצטן דעטאל. זיין ארבעט איז שפעטער אדאפטירט געווארן דורך קארל מארקס וועלכער האט גענומען שריט און אלעס וואס איז געווארן פון קאמוניזם איז צו זיין קרעדיט אדער שולד.
 
בלענק און א צווייטער פיליזאפער מיט'ן נאמען אוגוסטע בלאנקווי האבן געהעצט די מאסן קעגן די פראנצויזישע קעניגרייך און האבן מאבאליזירט א גרופע קאנספיראטירער וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליכט צו די צווייטע פראנצויזישע רעוואלוציע (848') אין וועלכע די מאנארכיע איז נאכאמאל באזייטיגט געווארן און די רעוואלוציע האט זיך פארשפרייט צו מערערע ראיאנען אין אייראפע פון וועלכע רוב זענען דורכגעפאלן.
שורה 45:
עס איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז קאמוניזם וועט נישט ארבעטן מיט אזויפיל מענטשן אינאיינעם ווייל מען וועט נישט קענען האלטן קיין קאנטראל. די טעאריסטן האבן פארגעשלאגן אז לענדער און שטעט זאלן צעטיילט ווערן צו גרויסע גרופעס אין וועלכע יעדע וועט האבן אן אייגענע רעגירונג און א סופרים רעגירונג וועט פארזיכערן אז אלעס קלאפט.
 
עס איז געווען אזעלכע וואס האבן געזוכט אנדערע אלטערנאטיוון צו [[קאפיטאליזם]] און טייל האבן דאס אפילו פראקטיצירט אונטער אייגענע פאראנטווארטליכקייט. באקאנט איז א פילאנטראפישער פראדוצירער פון בריטען מיט'ן נאמען ראבערט אווין וועלכער האט פארמאגט א באוול (קאטאן) מיל אין וועלכע עס האבן געארבעט הונדערטער מענטשן. אווין איז געווען ביי דער מיינונג אז עס איז נישט די רעגירונג וואס ברענגט קנאה און שנאה אין סאסייאיטי נאר ענדערש די מענטשן אליינס. ער האט געהאלטן אז אויב די וואוילזיין פון די ארבייטער וועט בעסער ווערן וועט זיין פרידן.
 
אווין האט דאס געוואלט אליינס פראקטיצירן און האט אויסגעגעבן זיין אייגן געלט צו בויען און פאררעכטן די הייזער פון זיינע ארבייטער, איבערגעארבעט זיין פעקטארי מיט נייע מאשינערי צו געבן מער זיכערהייט און ריינקייט, פרייע שול פאר זייערע קינדער, און עטליכע נאן פראפיט געשעפטן זיי צו סערווירן מיט ביליגע פראדוקטן וועלכע זענען וויכטיג צום לעבן.