אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעשה בראשית"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 23:
די מיטאס דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן נאך די געשיכטע: פאר די בריאה זיינען געוועזן צוויי געצינער: דער גאט פון די זיסע וואסער "אפסו" און דער גאט פון די געזאלצענע וואסער "טימאס". זיי האבן געבארן דער גאט "אנשר" און פון אנשר זיינען ארויס נאך געצינער. אין א צייט ארום האבן "אפסו" מיט "טיאמס" געוואלט הרגענען אלע אנדערע געצינער ווייל זיי האבן געשטערט זייער רוהע. א צייט ארום האט דער גאט "אאה" איינגעשלעפערט "אפסו" און האט אים באלד געהרגעט. נאכער איז "מרדוך"ס [[ארמיי]] ארויס א [[מלחמה]] קעגן "טימאס" ארמיי, און מרדוך האט געווונען די מלחמה. גלייך נאך די מלחמה האט מרדוך מחליט געווען צו באשאפן די וועלט, האט ער צושניטן "טימא'ס" [[קערפער]] אויף צווייען, מיט איין טייל האט ער באשאפן די [[הימל]] און מיטן צווייטן טייל האט ער באשאפן די [[וועלט]] און באשטימט די [[זון]]/[[לבנה]]/[[שטערן]] אלץ געצינער. נאכער האבן די געניצער באשאפן דער [[מענטש]] פון א [[דינסט]] פון "טימאס" מיטן נאמען "קינגא". צום סוף האבן די אלע געניצער געמאכט א גרויסע [[פארטיי]] אויף זייער געווין.
 
אין אנפאנג [[ספר בראשית]] קען מען זען ווי די תורה איז מבטל די בבלישע מיטאס (און אויך די פרסישע מיטאס פון קראקאדיל) {{דיק|וְחֹשֶׁךְ, עַל-פְּנֵי '''תְהוֹם'''. וַיִּבְרָא '''אֱלֹהִים''', אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים|[[ספר בראשית|בראשית]] א'}} - גאט האט באשאפן דעם תהום און דער תהום איז נישט קיין גאט. לויט די [[תנכישע פארשער]] טרעפט מען אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך אמונות פון די אלטע באווסטע מיטאסן פון די קריג צווישן גאט מיט די וואסער אדער מיטן [[קראקאדיל]]. {{דיק|הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחְצֶבֶת רַהַב, מְחוֹלֶלֶת תַּנִּין הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחֲרֶבֶת יָם, מֵי תְּהוֹם רַבָּה|[[ספר שעיהו|ישעיהו]] נא}}
 
[[קאַטעגאָריע:פילאזאפיע]]