אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה קוועטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:HarHmor.jpg|ספרו הר המור|thumb|left]]
רבי שלמה קוועטש, אבד"ק [[שטאהט ניקלשבורג| ניקלשבורג]], בעל המחבר ספר חכמת שלמה.
 
א תלמיד מובהק פון הגה"ק רבי מרדכי בנעט, איז געווארען רב אין נילקשבורג[[שטאהט ניקלשבורג| ניקלשבורג]] 25 יאהר נאך די הסתלקות פון זיין רבי'ן, שנת תרט"ו, נאך איין יאהר תרט"ז איז ער נסתלק געווארען.
 
נאך די הסתלקות פון רבי מרדכי בנעט איז אין מדינת מעהרין ארויס א גזירה, אז יעדער רב מוז קענען די לאנדס שפראך, אויך דארף א רב נישט קענען צופיל לערנען, אויך טאר קיינער נישט חתונה מאכען נאר איין זוהן, ווער עס האט געוואלט חתונה מאכען זיינע קינדער, האט געמוזט אריבער פארען קיין אונגארען אדער פולין, (אזא סארט צרה און גזירה ווערט שוין דערמאנט אין ספר אמרי פנחס, פון הגה"ק ר' פנחס מקאריץ, אז אין אוקריינא איז געווע אזא סארט גזירה מיט 100 יאהר פארדעם), וועגען דעם האבען זיך רוב גדולי הרבנים זיך אוועק געזצויגען פון ביהעמיע, און אין ניקלשוברג איז נישט געווען קיין רב 25 יאהר.