אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבועות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאַטעגאָריע
אין תקציר עריכה
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
{{יתום}}'''שבֿועות''' (אַרויסגערעדט: שוואועס) איז איינער פֿון די „[[שלש רגלים]]“, פֿון דרײַ יידישע [[יום טוב|ימים–טובֿים]]: [[פסח]], שבֿועות, [[סוכות]]. דער יום–טובֿ געפֿאלט דעם [[ו' סיון|6טן]] אין [[סיון]] (דאָס איז אין [[ארץ–ישׂראל]], אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם [[ז' סיון|7טן]] טאָג אין סיון).
 
דער נאָמען „חג שבֿועות“ שטייט אין [[חומש]] ([[דברים|דבֿרים]] ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכן“, ווײַל ווי דער חומש זאגט אין [[ויקרא]] כ”ג דאַרף מען [[ספירת העומר|אָפצײלן]] זיבן וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג [[עומר]] „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער פופציגסטער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די [[תורה שבעל פה]] דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיג, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“.{{הערה|[[מסכת מנחות]] ס”ה}} דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די [[פרושים]], די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון [[תורה שבעל פה]], אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע יודישע סעקטעס, ווי [[צדוקים]], [[שומרונים]], [[קראי|קאַראַיִמער]], וועלכע האַלטן, אַז [[ממחרת השבת]] מײנט מען פֿון זונטיג, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיג. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ ([[מסכת שמות]] כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן [[תבֿואה]], [[יום הביכורים|יום הבּיכּורים]] ([[במדבר]] כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער [[משנה]] און [[גמרא]] הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון [[שמיני עצרת]] ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.