אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענדעלע רימאנאווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
 
שורה 1:
{{אישיותרב}}
[[בילד:Rimnuv.jpg|קליין|250px|מצבה פון ר' מענדעלע רימאנאווער]]
ר' '''מנחם מענדיל פון רימאנאוו''' (נפ' [[י"ט אייר]] [[ה'תקע"ה]]) איז געווען ביי די [[חסידות|חסידים]] איינער פון די דריי גרויסע [[צדיק]]ים, וואס זענען די רבי'ס פון חסידישן [[פוילן|פוילישן]], [[אונגארן|אונגארישן]] [[אידנטום]], זיי זענען געווען תלמידים פון ר' [[אלימלך פון ליזשענסק]] זצ"ל, וואס האט איבער געלאזט זיין קדושת המוח פאר זיין תלמיד רבי ר' מענדעלי.
שורה 5:
ער האט יונגערהייט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי'ן ר' [[שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקאלשבורג)|שמעלקא פון ניקאלשבורג]] זי"ע און דערנאך איז ער אריבער צום הייליגן רבי'ן ר' [[אלימלך פון ליזשענסק]] זי"ע, וואו ער איז געווארן פון זיינע גרעסטע תלמידים. ער האט דערנאך אליין געפראוועט חסידים אין פֿריסטיק, און בערך אנהויב יאר תקנ"ו זיך געצויגן קיין [[רימאנאוו]], וואו ער האט געפירט די עדה חסידים, און רימאנאוו איז געווארן א תל תלפיות פאר טויזנטער וואס זענען געקומען אהין פון גאנץ גאליציע שעפן תורה וקדושה פון הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע זי"ע, ביז צו זיין הסתלקות [[י"ט אייר]] [[ה'תקע"ה]], ל"ד בעומר, ומנ"כ אין רימאנאוו.
 
צדיקים האבן געזאגט, אז דער שם הויה האט זיך מתלבש געווען אין א ספאדיק און בעקישע, דאס איז רבי ר' מענדלי מרימנוברימאנאווער (דברי תורה - [[מונקאטש]] בשם צדיקים).
 
עס איז באקאנט, אז די דריי צדיקים האבן געוואלט בריינגען [[משיח]] מיט זייערע הייליגע כוונות, אבער זייער תלמיד רבי [[נפתלי צבי הורוויץ|נפתלי מראפשיץ]] זצ"ל, האט געהאלטן אז אויב מ'וועט גיין אויף דעם וועג, קען זיין גרויסע הריגות, וועגן דעם האט ער נישט מסכים געווען, און דערפאר איז ער געפארן אויף [[ימים נוראים]] קיין [[רימאנאוו]], דארט האט מען אים מכבד געווען צו [[דאווענען]] פארן [[עמוד]], ווען ער האט געדאוונט פארן עמוד האט ער אויסגעדרייט, אז איבעראל ווו דער [[מנהג]] איז צו [[וויינען]], האט ער געזינגען פרייליכע [[ניגונים]], און איבעראל ווו מ'זיגנט פריילכע ניגונים, האט ער געוויינט מיט טרויעריגע ניגונים, ביז ער האט ממש צומישט זיין רבי'ן ר' מענדעלי, ער זאל נישט קענען מכוון זיין.
 
מוצאי [[יו"ט]], האט ר' נפתלי מורא געהאט פון דער הקפדה פון זיין רבי'ן, איז ער אנטלאפן קיין [[קאזשניץ]] צום [[ישראל האפשטיין|מגיד]]. אינדעפרי ווען דער מגיד איז צוריק געקומען פון [[מקוה]], זייער אפגעשוואכט, און זיך געוואלט אריין לייגן אין [[בעט]] פון גרויס שוואכקייט, האט ער געטראפן אין בעט ליגט רבי ר' נפתלי. ר' נפתלי האט געזאגט: איך גיי נישט ארויס פון בעט, נאר אויב דער רבי (קאזשניצער מגיד) וועט מסכים זיין מיט מיר, און אראפ נעמען די הקפדה פון רבי ר' מענדעלי, און דער קאזשניצער מגיד האט מסכים געווען מיט אים.