אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלימלך בידערמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏קינדער: צוגעלייגט אינהאלט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
 
שורה 1:
{{רב}}
[[טעקע:אלימלך בידרמן.JPG|קליין]]
 
רבי '''אברהם אלימלך''' (באקאנט מער אלס ר' '''מיילעך''') '''בידערמאן''' (געבוירן [[ט' חשוון]] [[ה'תשכ"ח]]), איז א באקאנטער חסידישער [[משפיע]] און א בעל דרשן אין [[ארץ ישראל]].
 
==לעבנס געשיכטע==
ער איז א זון פון רבי [[אלטער אלעזר מנחם בידערמאן]] (נפטר געווארן [[י"ד טבת]] [[ה'תשס"א]]), [[לעלאוו (הויף)|לעלאווער]] רבי אין [[בני ברק]] (פון רבי עקיבא גאס), זון פון רבי [[משה מרדכי בידערמאן|משה מרדכי]] פון לעלאוו. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]], סיי אין ישיבה גדולה און סיי אין ישיבה קטנה. ער האט געהייראט דערדי טאכטער פון רבי נתן דוד ראזענבוים, דער [[זוטשקא (הויף)|זוטשקער]] רבי פון בני ברק.
 
אנפאנג פון די [[2000ער]] יארן, פלעגט ער פראווען ביי זיך אין שטוב פרייטיג צונאכט [[באטע]]ס, אין באטייליגונג פון חסידישע בחורים, הויפטזעכלעך פון דער [[סלאבאדקער ישיבה (בני ברק)|סלאבאדקער ישיבה]]. דערצו האט ער אויכעט אנגעהויבן פארלערנען א שיעור פאר חסידישע בחורים (א גרויסע צאל פון זיי תלמידים פון דער [[מירער ישיבה]]) יעדן ליל שישי. דער שיעור פלעגט פארקומען אין שטוב פון זיין ווייב'ס זיידע הרה"ק רבי [[שלמה גאלדמאן|שלאמקע זוועהילער]] אין [[בית ישראל]] געגנט אין [[ירושלים]].