אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ וויקיפּעדלער האט באוועגט בלאט חיד"א, זיינע ספרים צו ספרים פון חיד"א
אין תקציר עריכה
שורה 21:
 
== זיין שטארקע זכרון ==
דער חיד"א האט געהאט גאר א שטארקער כח זכרון, ער האט אלס געדענקט, זאכן וואס ער האט געזעהן פאר פערציג יאהר צוריק האט ער געקענט אראפשרייבן מיטן לשון. אינטעראסאנט וואס ער שרייבט אין שם הגדולים (ערך רבי אליהו כהן) '''איך געדענקט ווען איך געווען א קינד האט איך איהם געהערט דרש'ענען, דעך מו"ה רבי אברהם יצחק דאס איז געווען אין יאהר [[ה'תפ"ט]],''' דער חיד"א איז דאן געווען א קינד פון נישט מער ווי פינעף יאהר !. מיט דעם אלעם האט ער צוליב זיין מדה פון זיך קליין האלטן, עטליכע מאל געשריבן "אני בעוניי שאין זכירה היו מחשיבים אותו לזכרון גדול, הם היו סוברים שקריתי כל הספרים והיה לי זכירה גדולה (מעגל טוב ע' 57).
 
אין זיינע ספרים ווערן געברענגט הונדערטער און טויזענטער מימרות, טייטשען, ביאורים און הערות פון רביים, אין יעדער ספר זיינער געפונען מען גאר אסאך מימרות פון אנדערע וואס ער האט געהערט פון זיי בעל פה, אדער געהערט פון איינעם וואס האט איהם געהערט, אט דאס האט נאך געקענט פאסירן צוליב זיין געוואלד'יגע זכרון.
שורה 52:
מען זעהט אויך אז ער האט געהאט א ענין צו געבן א נאמען זיינע ספרים לויט די גלידער פון א מענטש, ער האט נעמען זיינע ספרים לויט אלע גלידער, ווי [[ראש דוד]] דאס קאפ. [[פס ידא]] די הענט. [[ברכי יוסף]] די קניען. [[שמחת הרגל]] די פיס. א. א. וו.
 
אין באגדאד אין געווען א אנגענומענע מיינונג ביי אלע רבנים אז מען פסק'ענט ווי דער [[חיד"א]] אין אלע הינזיכטען, ספעציעל ווי עס איז דא א מחלוקת הפוסקים נעמט מען אהן ווי דער חיד"א האלט (זעה [[זבחי צדק ח"ב סי' ק"י]] און אין זיינע תשובות סי' ל'. און אזוי בדרך כלל אין טורקיי, און אין איזמיר, און אין שאלוניקי האלט מען אייביג בדרך כלל ווי דער חיד"א.
 
== דרוקן און צושפרייטן זיינע ספרים ==
שורה 62:
אין פאקט איז אבער געווען אז גאר א גרויסער חלק פון זיינע הכנסות האט ער זעלבסט געהייליגט און אוועק געגעבן פאר אנדערע, ווי עס איז באשריבן דורכן חיד"א אליין אין זיינע חשבונות און בלעטעליך וואס געפונען זיך אין ביבלאטיק, אסאך דערפון האט געהאט דער באקאנטער זאמלער [[מאיר בניהו]].
 
דער חיד"א האט זיינע ספרים געדרוקט ער האט זיי פארקויפט און צושפרייט און דערפון האט ער געצויגן חיונה, עס געפונט זיך בלעטער ווי דער חיד"א רעכענט אויס פונקטליך וויפיל האט איהם געקאסט צו דרוקן יעדער ספר, דאס בינדען, דאס שיקן צו אנדערע א. א. וו. אין פאקט איז געווען אז די לומדישע וועלט האט זייער געזוכט זיינע ספרים, ער האט זיי געשיקט קיין [[טוניס]], [[אלזשיר]], [[טריפאלי]], [[קושטא]], [[איזמיר]], [[האמבורג]] און אין גאנץ איטאליע. מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגעקומען פאר איהם גרינג צו דרוקן, ווי מען זעהט אין זיינע בריוו אז נישט שטענדיג האט ער געהאט גענוג געלד, און געמוזט בעטן פון אנדערע מען זאל איהם צו העלפן.
 
עס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אז דער חיד"א שרייבט ער האט זיינע ספרים געשיקט צו תלמידי חכמים און נישט צו קיין עשירים, פאר תלמידי חכמים האט ער זיי געגעבן אומזיסט אהן געלד, און אפילו פאר עשירים האט ער מקפיד געווען זיי צו פארקויפן פאר געהעריגן פרייז, נישט פאר אסאך געלד.
שורה 77:
 
 
== זיינע ספרים ==
 
* אדרת אליהו
* אהבת דוד
* בית מנוחה
* ברית עולם
* בתי הנפש – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאר ה'תקס"ה, צוזאמען מיטן ספר מראית העין.
* [[ברכי יוסף]]
* גאולת עולם – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאָר ה'תקנ"ד, צוזאמען מיטן ספר כסא דוד.
* דברים אחדים
* דבש לפי – אויף פארשידענע ענינים, אויף אגדה און אויף דרושים, ליקוטים פון ספרי דרוש און פון ראשונים, און אויך פון אסאך כתבי ידות וואס מען קען נישט געפונען. געשטעלט אויף סדר הא-ב, דאס איז דאס צווייטע חלק פון ספר מדבר קדמות, געדרוקט אין יאר ה'תקס"א. עס האט הגהות און הערות פון רבי [[צבי אלימלך שפירא|צבי אלימלך פון דינאוו]], דער ''בני יששכר'', דעם [[וואוידיסלאוו]]ער רב, און פון הרב חיים צבי עהרנרייך.
* ועד לחכמים
* זכרון משה
* זרוע ימין – א פירוש אויף [[הגדה של פסח]] געדרוקט אין יאר ה'תקנ"ב, צוזאמען מיטן ספר [[פני דוד]]. אויך איז דא נאך א ספר וואס הייסט "זרוע ימין" פון חיד"א, אויף [[מסכת אבות]], געדרוקט אין יאר [[ה'תק"נ]], צוזאמען מיטן ספר [[פתח עינים]].
* חדשים לבקרים – אויף [[תנ"ך]], מיט פירושים און דרושים. געדרוקט אין [[פיסא]] אין יאר ה'תקס"ג.
* חומת אנ"ך
* [[חורש מצ"ל]]
* חיים שאל – [[שאלות ותשובות]], צוויי חלקים. עס איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקנ"ב און אין יאר ה'תקנ"ה.
* חנוכת הבית לדוד
* חסדי אבות – אויף [[מסכת אבות]], געדרוקט אין יאר תקל"ד, צוזאמען מיטן ספר [[שם הגדולים]].
* טוב עין – [[שאלות ותשובות]] געדרוקט דורך אים אין יאר ה'תקנ"ו.
* יוסף אומץ – א [[שאלות ותשובות]] ספר. עס איז געדרוקט געווארן אין יאר ה'תקנ"ח דורך דעם חיד"א. אין כתב יד איז דא א חלק ב' וואס איז נאך נישט געדרוקט.
* יוסף בסדר – א קונטרס, געדורקט אין יאר ה'תקנ"ט. עס אנטהאלט אין זיך תיקונים און תפילות, פאר קראנקע, צו האבן חכמה, צו זכירה, און סגולות.
* יוסף לחק – הוספות און תיקונים אויפן סדר פון [[חק לישראל]], געדרוקט געווארן דורך א חבורה אין [[ליווארנא]] צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז.
* יוסף תהלות – אויף ספר [[תהלים]], געדרוקט אין יאר ה'תקס"א. דאס ספר אנטהאלט פירושים און קליינע דרושים, פשטים.
* יעיר אזן – אויף [[מסכתות קטנות]] פון ש"ס. עס האט צוויי פירושים אויף דער מסכתא, פון איין זייט אזוי ווי א רש"י א פשוטן אפטייטש, און פון דערהצווייטער זייט ווי תוספות, בירורין און באהאנדלונגען. דאס ספר איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"א.
* ככר לאדן
* כסא דוד
* כסא רחמים – אויף די מסכתות קטנות פון ש"ס. ווי אויך מסכת גרים, מסכת כלה, מסכת דרך ארץ. געדרוקט דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"ג.
* כף אחת – א קונטרס געדרוקט אין יאהר ה'תקס"ב, עס אנטהאלט תפילות און סגולות.
* כרם חמר
* [[לב דוד]] – מוסר, און מנהגים וויאזוי זיך צו פירן.
* לדוד אמת – אויף די הלכות פון קריאת התורה, וויאזוי מען ליינט אין דער תורה מאנטאג און דאנערשטאג, און שבת.
* מדבר קדמות – אויף פארשידענע ענינים, אויף אגדה און אויף דרושים, ליקוטים פון ספרי דרוש און פון ראשונים, און אויך פון אסאך כתבי ידות וואס מען קען נישט געפונען. געשטעלט אויף סדר הא-ב, געדרוקט אין יאר ה'תקנ"ג. דאס איז דאס ערשטע חלק, דערנאך האט דער חיד"א געדרוקט א צווייט חלק אויף דעם סדר מיטן נאמען דבש לפי.
* מורה באצבע
* [[מחזיק ברכה]] – הלכות און פסוקים, לשונות פון ראשונים און פסקי אחרונים אויף גאנץ חלק אורח חיים, און אויף חלק יורה דעה ביז סי' פ"ז
* [[מעגל טוב]] – וואו ער פארצייכנט זיינע רייזעס און וויאזוי ער איז ארום געפאהרן אין אנדערע עקן וועלט, פון [[ארץ ישראל]] קיין [[חברון]], קיין [[מצרים]], קיין [[תוניס]], [[איטאליע]], [[פראנקרייך]], [[דייטשלאנד]], [[האלאנד]], [[ענגלאנד]].
* מראית העין – א פירוש אויף [[עין יעקב]], דאס ספר איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"ה. דער חיד"א ברעגנט דערין אסאך כתבי ידות, פון ראשונים און אחרונים, ווי אויך פארשידענע נוסחאות פון ש"ס פון אלטע צייטן וואס דער חיד"א איז געווען א געוואלדיגער מבין אויף די זאכן. דער ספר איז געווען דער לעצטער ספר וואס דער חיד"א האט געדרוקט אין זיין לעבן.
* משמרת הטהרה
* נחל אשכול
* נחל קדומים – א פירוש אויף דער תורה. עס איז געדרוקט געווארן אין די יארן ה'תקנ"ה - ה'תקנ"ז. עס האט אין זיך אסאך רמזים, ראשי תיבות, גימטריאות, און שארפע פשוטים על דרך הדרוש. אלע רמזים פון רבי אפרים מרגענסבורג, און פון רבי אליעזר מגרמייזא דער בעל ספר [[הרוקח]], וואס איז נישט געדרוקט אין דעם ספר [[פני דוד]] פונעם חיד"א, האט ער דא אריין געשטעלט.
* [[סנסן ליאיר]]
* עבודת הקדש
* פה אחד
* פני דוד
* פס ידא
* פתח עינים
* צוארי שלל
* צפורן שמיר
* קשר גודל
* ראש דוד
* שומר ישראל
* שיורי ברכה
* שירה חדשה
* שם הגדולים
* שמחת הרגל
* שער יוסף
* שפה אחת
* תקון הנשמות
 
{{ספרי החיד"א}}
 
[[קאַטעגאָריע:ספרי קודש]]