אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים דוד בערנהארד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַג: צוריקגעשטעלט
מ רעדאַקטירונגען פֿון אבימי לעווין צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
שורה 1:
רבי '''חיים דוד בערנהארד''' (תקל"ה - [[י"ט שבט]], [[ה'תרי"ח]]) איז געווען א [[רבי]] אין [[פיעטרקאוו]], [[קאנגרעס פוילן]]. די חסידים האבן אים גערופן "רבי דאקטאר" — ער איז געווען דער [[דאקטער]] פון אסאך פריצים און אדל-לייט און אויך דער דאקטאר אינעם יידישן [[שפיטאל]] אין פיעטרקאוו. ער איז געווען א תלמיד פון דעם [[יעקב יצחק הורוויץ|חוזה פֿון לובלין]], ר' [[דוד לעלאווער]] וואס האט אים געברענגט צו חסידות, דעם [[ישכר בער באראן|סבא קדישא פון ראדאשיץ]] און דעם [[שלמה הכהן ראבינאוויטש|תפארת שלמה]].
== יונגע יארן ==
חיים דוד איז געבוירן בערך אין יאר ה'תקל"ה אין [[זאלאשין]], פיעטרקאוו גובערניע, צו זיין פאטער ישכר בער בערנהארד, א פשוטער ייד און א [[גייער]]. חסידים דערציילן אז זײַנע עלטערן האבן יארן לאנג נישט געהאט קינדער, און חיים דוד איז געבוירן דורך א ברכה פונעם [[אלימלך פון ליזשענסק|רבי'ן ר' אלימלךמיילעך]].
 
ווען ער איז געווארן עלטער איז ער געווארן געצויגן צו אן אסימילירטן דאקטער, און ער האט אליין שטודירט [[מעדיצין]]. ער האט חתונה געהאט מיט אן אסימילירטער יידישער פרוי, העלען. איין מאל זענען זיי געגאנגען שפאצירן אין די גאסן פון [[זשארנאוו]] און זיי האבן באמערקט אז אלע יידן לויפן אין [[שול]] אריין מיט גרויס ערנסטקייט. האבן זיי געפרעגט "וואס האט פאסירט?" האט עמעצער זיי געענטפערט: "איר ווייסט נישט אז יעצט איז חודש [[אלול]]? מען לויפט אין שול הערן התעוררות ווערטער פונעם רב".