אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ענציקלאפעדיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פיר עיקרדיקע עלעמענטן
שורה 4:
== דער טערמין ==
שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: [[אינפארמאציע]] - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.
 
=== פיר עיקרדיקע עלעמענטן ===
עס זענען פאראן פיר עיקרדיקע עלעמענט וואס דעפינירן אן ענציקלעפעדיע: די טעמע פונעם אינהאלט, ברייטקייט, ארגאניזירן מעטאד און פראדוקציע מעטאד:
 
# אן ענציקלאפעדיע קען זיין אויף אן אלגעמיינעם אופן, מיט ארטיקלען אויף טעמעס אין אלע פעלדער (למשל, די ענגליש־שפראכיקע ''[[Encyclopædia Britannica]]'' און די דייטש־שפראכיקע ''[[Brockhaus Enzyklopädie|Brockhaus]]'' זענען ברייט באקאנט). אן אלגעמיינע ענציקלאפעדיע אנטהאלט אפט א ווערטערבוך אדער וועגווייזן אינפארמאציע. עס זענען אויך פאראן ענציקלאפעדיעס וואס דעקן א ברייטע רייע פון טעמעס פון א געוויסן קולטורעלן, עטנישטן אדער נאציאנאלן פערספעקטיוו, ווי למשל, ''[[Encyclopaedia Judaica]]'' (די יידישע ענציקלאפעדיע), אנציקלופדיה תלמודית, און די ''[[Great Soviet Encyclopedia]]''.
# אן ענציקלאפעדיע קען איבערגעבן די געזאמעלטע וויסן אין א ספעציפישן פעלד, ווי אן ענציקלאפעדיע פון [[מעדיצין]], [[פילאסאפיע]] אדער [[געזעץ|געזעצן]]. ווי ברייט איז דער מאטריאל און ווי טיף די דיסקוסיע איז אפהענגיק אין דעם ציל ציבור.
# כדי אן ענציקלאפעדיע זאל זיין גוט ניצבאר דארף זיין א כסדרדיקער מעטאד פון ארגאניזאציע פונעם מאטריאל. היסטאריש זענען פאראן צוויי הויפט מעטאדן פון ארגאניזאציע פאר געדריקטע ענציקלאפעדיעס:אדער אלפאבעטיש, וואו מען אראנזשירט די אלע באזונדערע ארטיקלען אין אן אלפאבעטישן סדר, אדער היערארכיש. אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס זענען געוויינלעך אויסגעלייגט אויף אן אלפאבעטישען שטייגער. היינט אבער, מיט [[עלעקטראנישע מעדיע]], איז מעגלעך צו האבן עטלעכע ארגאניזאציע פאר דעם זעלבן אינהאטל. ווי אויך מיט עלעקטראנישע מעדיע איז מעגלעך צוצולייגן א זוך מעגלעכקייט.
# מאדערנע פראיעקטן ווי וויקיפעדיע שאפן נייע פארעמען פון אויסשטעלן דעם אינהאלט. דאס איז מעגלעך סיי ווי א געשעפט, פאר רווחים, ווי די ''ענציקלאפעדיע בריטאניקא'', און סיי אינגאנצן דורך וואלוטירן, ווי וויקיפעדיע, וואס ווערט געפירט דורף א פונדאציע.
 
== אנטוויקלונג פון דער ענציקלאפעדיע ==