אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 17:
אין 1803 האט דער [[ענגלאנד|ענגלישער]] פילאסאף [[דזשאן דאלטאן]] פֿארגעשלאגן אז עלעמענטן זענען קלייטשיקע סאלידע באלן צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען. דאלטאן האט געהאלטן אז אלע אטאמען פון א געוויסן עלעמענט האבן דעם זעלבן מאַס. ער האט געטענה׳ט אז פֿארבינדונגען ווען אטאמען פון מער ווי איין עלעמענט ווערן פֿארבונדן. לויט דאלטאן, אין א געוויסער פֿארבינדונג פארבינדן זיך די אטאמען פון דער פארבינדונג׳ס עלעמענטן שטענדיג אין דעם זעלבן אופן. דאלטאָן גענוצט די אטאמישע דעה כדי מסביר צו זיין פארוואס עלעמענטן שטענדיק ווירקן זיך אין פראָפאָרציעס פון [[גאנצע צאל|גאנצע צאלן]]. למשל ס'געפינט זיך צוויי סארטן [[בלעכזויער|בלעכזויערקייטן]]: איינער איז 88.1% [[בלעך]] און 11.9% [[זויערשטאף]] דער צווייטער איז 78.7% בלעך און 21.3% זויערשטאף. דאס מיינט אז ווען מברענט 100 גראם בלעך וועט זיך צוזאמענבונדן אי מיט 13.5 ג. אי מיט 27 ג. זויערשטאף. די פראפארציע פון אט די צוויי נומערס איז 1:2. אזוי געפינט מען אין אלגעמיין און עס איז אנגענומען אלץ חוק אין כעמיע אונטערן נאמען [[חוק פון פילפאך פראפארציעס|חוק פון פילפאך פראָפאָרציעס]] אדער דאלטאנס געזעץ.<ref>Andrew G. van Melsen (1952) From Atomos to Atom. Mineola NY: Dover Publications ISBN 978-0-486-49584-2</ref> נאכדעם איז די אטאמישע טעאריע ברייט אנגענומען געווארן אין וויסנשאפטלעכער וועלט וואו מ'האט גענומען קלערען וועלכע [[פעריאדישע טאבעלע|עלעמענטן]] זענען פאראן און וואס די איז דער שייכות צווישן זיי.
 
אין 1827, האט דער בריטישער וויסנשאפטלער [[ראבערט ברוין]] געקוקט אויף קערנדלעך פון [[בלומענשטויב]] אין וואסער אונטער זיין מיקראסקאפ. האט ער באמערקט אז די שטויב־קערנדלעך זענען אויס אזוי טאנצנדיק. ברוין האט אויסגעניצט דאלטאנ׳ס אטאמען־טעאריע צו באשרייבן פֿורעמס וויאזוי זיי באוועגן זיך. דאס ווערט אנגערופן [[ברוין־באוועגונג|''ברוין־באוועגונג'']]. אין יאר 1905 האט [[אלבערט איינשטיין]] באוויזן מיט מאטעמאטיק אז די באוועגונגען וואס זען אויס לכאורה שלעגיש זענען זיי גורם די רעאקציעס פון די אטאמען, און אזוי האט ער באוויזן איבערגעצייגט דאס מציאות פון אטאמען.<ref>{{cite web|url=http://www.doc.ic.ac.uk/~nd/surprise_95/journal/vol4/ykl/report.html|title=Brownian motion - a history|access-date=2009-11-30|archive-date=2007-12-18|archive-url=https://web.archive.org/web/20071218061408/http://www.doc.ic.ac.uk/~nd/surprise_95/journal/vol4/ykl/report.html|url-status=dead}}</ref> אין 1869 האט דער רוסלענדישער וויסנשאפטלער [[דמיטרי מענדלעעוו]] פארעפנטלעכט די ערשטע ווערסיע פון דער [[פעריאדישע טאבעלע|פעריאדישער טאבעלע]]. די פעריאדישע טאבעלע צעטיילט עלעמענטן אין גרופעס לויט זייער [[אטאם נומער|אטאם־נומער]] (ד״ה וויפיל [[פראטאן|פראטאנען]] זיי האבן . געוויינטלעך האט אן אטאם אזויפיל [[עלעקטראן|עלעקטראנען]] ווי פראטאנען). עלעמענטן וואס געפינען זיך אין דעם זעלבן זייל, אדער פעריאד, האבן ענלעכע אייגנשאפטן. צום ביישפיל, [[העליום]], [[נעאן]], [[ארגאן (עלעמענט)|ארגאן]], [[קריפטאן]] און [[קסענאן]] זענען אלע אין דעם זעלבן פעריאד (אין דעם זעלבן זייל פון דער פעריאדשיער טאבעלע און האבן ענלעכע אייגנשאפטן: זיי זענען אלע [[גאז|גאזן]] מיט נישט קיין קאליר אויך נישט קיין גערוך, ווי זיי אלע האבן נישט די מעגלעכקייט זיך צו פארבינדן מיט אנדערע אטאמען און שאפן פארבינדונגען. מען רופט זיי אלע די [[איידעלער גאז|איידעלע גאזן]].<ref name="Brief2Brief" />
 
== ענטדעקונג פון דעם עלעקטראן ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אטאם"