אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארברייטערט א ביסל
נאך א ביסל
שורה 16:
 
אין 1803 האט דער [[ענגלאנד|ענגלישער]] פילאסאף [[דזשאן דאלטאן]] פֿארגעשלאגן אז עלעמענטן זענען קלייטשיקע סאלידע באלן צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען. דאלטאן האט געהאלטן אז אלע אטאמען פון א געוויסן עלעמענט האבן דעם זעלבן מאַס. ער האט געטענה׳ט אז פֿארבינדונגען ווען אטאמען פון מער ווי איין עלעמענט ווערן פֿארבונדן. לויט דאלטאן, אין א געוויסער פֿארבינדונג פארבינדן זיך די אטאמען פון דער פארבינדונג׳ס עלעמענטן שטענדיג אין דעם זעלבן אופן. דאלטאָן גענוצט די אטאמישע דעה כדי מסביר צו זיין פארוואס עלעמענטן שטענדיק ווירקן זיך אין פראָפאָרציעס פון [[גאנצע צאל|גאנצע צאלן]]. למשל ס'געפינט זיך צוויי סארטן [[בלעכזויער|בלעכזויערקייטן]]: איינער איז 88.1% [[בלעך]] און 11.9% [[זויערשטאף]] דער צווייטער איז 78.7% בלעך און 21.3% זויערשטאף. דאס מיינט אז ווען מברענט 100 גראם בלעך וועט זיך צוזאמענבונדן אי מיט 13.5 ג. אי מיט 27 ג. זויערשטאף. די פראפארציע פון אט די צוויי נומערס איז 1:2. אזוי געפינט מען אין אלגעמיין און עס איז אנגענומען אלץ חוק אין כעמיע אונטערן נאמען [[חוק פון פילפאך פראפארציעס|חוק פון פילפאך פראָפאָרציעס]] אדער דאלטאנס געזעץ.<ref>Andrew G. van Melsen (1952) From Atomos to Atom. Mineola NY: Dover Publications ISBN 978-0-486-49584-2</ref> נאכדעם איז די אטאמישע טעאריע ברייט אנגענומען געווארן אין וויסנשאפטלעכער וועלט וואו מ'האט גענומען קלערען וועלכע [[פעריאדישע טאבעלע|עלעמענטן]] זענען פאראן און וואס די איז דער שייכות צווישן זיי.
 
אין 1827, האט דער בריטישער וויסנשאפטלער [[ראבערט ברוין]] געקוקט אויף קערנדלעך פון [[בלומענשטויב]] אין וואסער אונטער זיין מיקראסקאפ. האט ער באמערקט אז די שטויב־קערנדלעך זענען אויס אזוי טאנצנדיק. ברוין האט אויסגעניצט דאלטאנ׳ס אטאמען־טעאריע צו באשרייבן פֿורעמס וויאזוי זיי באוועגן זיך. דאס ווערט אנגערופן [[ברוין־באוועגונג|''ברוין־באוועגונג'']]. אין יאר 1905 האט [[אלבערט איינשטיין]] באוויזן מיט מאטעמאטיק אז די באוועגונגען וואס זען אויס לכאורה שלעגיש זענען זיי גורם די רעאקציעס פון די אטאמען, און אזוי האט ער באוויזן איבערגעצייגט דאס מציאות פון אטאמען.<ref>{{cite web|url=http://www.doc.ic.ac.uk/~nd/surprise_95/journal/vol4/ykl/report.html|title=Brownian motion - a history|access-date=2009-11-30|archive-date=2007-12-18|archive-url=https://web.archive.org/web/20071218061408/http://www.doc.ic.ac.uk/~nd/surprise_95/journal/vol4/ykl/report.html|url-status=dead}}</ref>
 
== ענטדעקונג פון דעם עלעקטראן ==
דער פיזיקער [[דזשאסעף דזשאן טאמפסאן|דזשאָסעף דזש. טאָמפסאָן]] האט געמאסטעטגעמאסטן די מאסע פון [[קאטאדשטראלן|קאטאָדשטראלן]] און דורכדעם באווייזט אז חאטש זיי זענען יחידים, זענען זיי 1800 מאל לייכטער פון דער לייכסטע אטאם [[וואסערשטאף]]. ער האט אויך באוויזן אז זיי זענען דאס זעלבע ווי יחידים וואס טיילען זיך אראפ פון [[פאטאעלעקטרישע דערשיינונג|פאטאעלעקטרישע]] און [[ראדיאאקטיוויטעט|ראדיאָאקטיווע]] מאטעריען. מ'האט באלד ערקענט אז אט די עלעקטראנען טראגן שטראם אין מעטאלן און איינהאלטן די נעגאטיווע לאדונג פון אטאמען. אין יאר 1906 האט טאמפסאן געקריגן די [[נאבעל פריז]] פאר דעם דאזיקן ארבעט. אזוי האט ער איבערגעקערט די פאלשע מיינונג אז אטאמען זענען אומטיילבאר. ער האט אויך פאלש געמיינט אז די עלעקטראנען זענען צעשפרייט דורכאויס די אטאם אין א גלייכפערמיגע ים פון פאסיטיווער לאדונג. די מיינונג האט געהייסט דער פלוימענקוגעלמאדעל.
 
אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון אלעם, למעשה נאכדעם האט מען אויסגעטראפן וויאזוי צו באפרייען די עלעקטראנען און צו שפאלטן און פארגרעסערן די אטאמקערנען דורך [[יאדער-שפאלטונג]] און [[יאדער-פלוס]].
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אטאם"