אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק אשכנזי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 17:27, 12 יאַנואַר 2022

רבי יצחק אשכנזי זצ"ל (ה'תש"ג - ח שבט, התשפ"ב) איז געווען דער אלעסקער רבי, אין דער קענזינגטאן געגנט נעבן בארא פארק.

ביאגראפיע

דער רבי איז א זון פון רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל דער רב פון מעלבורן, אויסטראליע, און שפעטער רב אין סיגעיט, און אן איידעם ביי רבי מנחם מענדל שלמה טויב, דער קאלובער רבי זצ"ל פון וויליאמסבורג.

בעפאר דער חתונה פון זיין אינגסטן קינד האט ער ליידער געכאפט א שווערן סטראוק, און זינט דאן - פאר בערך אכצן יאר - איז ער געווען טיילווייז פאראליזירט, און מיטגעמאכט שווערע יסורים; אבער עם כל זה איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, דינענדיג אלס רב פון א גרויסן בית המדרש.

דער רבי איז נפטר געווארן מאנטאג, בשלח, ה'תשפ"ב, ח' שבט, אין עלטער פון זיבן-און-אכציג יאר.

שול און מוסדות

אין די תש"ל יארן האט ער אפגעקויפט א אין דעם קענזינגטאן געגנט, ביי די גרעניצן פון בארא פארק און פלעטבוש, און ער האט עס א נאמען געגעבן "לב שמח אלעסק"; וואס איז מיט די יארן געווארן א פארנומענער ביהמ"ד פונעם געגנט. פאר עטליכע יאר האט דער רבי אויך אנגעפירט מיט א ישיבה פאר בחורים אין זיין שול.

משפחה

בנו ממלא מקומו הגה"צ ר' סנדר אדמו"ר מאלעסק,

הגה"צ ר' בערל שליט"א אב"ד אלעסק וויליאמסבורג

הגה"צ ר' חנוך העניך שליט"א, איידעם ביי האדמו"ר מסאטמאר, אב"ד אבני צדק קרית יואל,

הגה"צ ר' יואל מענדל שליט"א מראפשיץ.

דעם רבינ'ס ברודער איז געווען דער באקאנטער עסקן רבי זלמן אשכנזי.

אויך האט דער רבי א ברודער, דער האראדענקע רבי פון פלעטבוש.

זעט אויך:

אלעסק