אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק מרדכי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[טעקע:Yitzhak Mordechai (cropped).jpg|קליין|יצחק מרדכי]]
'''יצחק (איציק) מרדכי''' (געבוירן [[ו' כסלו]] [[תש"ה]], [[22סטן נאוועמבער]] [[1944]]) איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין [[צה"ל]], און א [[ישראל]] פאליטיקער, ער האט געדינט אלס מיניסטער אין די רעגירונג אין ישראל, און קאמאנדירט אויף וויכטיקע פאזיציעס אינערהאלב די ארמיי. ער האט אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס מיניסטער אין יאר [[2000]], נאכן ווערן אנגעקלאגט אין [[געריכט]], פארן סעקסועל באלעסטיקן עטליכע פון זיינע אונטערטאנען אין פאליטיק און אין די ארמיי.
 
איציק איז געבוירן געווארן אין [[קורדיסטאן|קורדישן]] חלק פון [[איראק]], 22סטן נאוועמבער [[1944]]. זיינע עלטערן האבן געמאכט [[עליה]] [[1949]], זיין פאמיליע האט געוווינט אין עטליכע ערטער, דערנאך אין [[טבריה]]. אין [[1962]] איז ער מאביליזירט געווארן צום [[שייטת 13]], ער איז דורכגעפאלן אין די טרענירונגען, ער איז אריין אין די אינזשעניר אפטיילונג, ווי ער איז ארויף געקראכן אויפן מיליטערישן לייטער, ער איז אריבער צו די [[פאראשוטיסטן]], ביי די [[זעקסטאגיקע מלחמה]] איז ער געווען א קאפיטאן פון א קאמפאניע, און ביי די נאכפאלגענדע מלחמות [[יום כיפור מלחמה]], קריג פאר די [[פרידן פארן גליל]].