אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 14:
 
===סאציאלע באנעמונג===
זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, '''"דא בין איך רב,: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין"'''. די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער, צוליב דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגסטער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ. זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפעשטייפער כאראקטער, איז א פאזיטיווער און א תורה'דיגערדיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן, זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטעטאטן, ר' משה,. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ [[הלכה]] זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל. אין דעם זין זענען פאראן די וואס זאגן, אז דאס נאכלאזן פון זיין אומבויגזאמען מהלך קומט ליבערשט דערפון וואס ר' אהרן שפירט אז דאס אויסשליסליכע אחריות פאר סאטמאר וואס ער האט אמאל געהאט איז פון אים אוועקגעקומען.
 
===פרומקייט===
ר' אהרן איז אויך אפגעמאלן געווארן דורך זיינע שונאים צו זיין מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פֿרומקייטן, אין פֿארגלייך צו אסאך סאטמארער, וואס ווערט פֿארעכנט פֿון די פֿרומסטע געמיינדעס אין דער פֿרומער וועלט. ר' אהרן'ס שווער, דער [[וויזניצ]]ער רבי פון [[בני ברק]], נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע [[מדינת ישראל]] און [[ציוניזם]] (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די [[רעגירונג]], נעמט אנטייל אין די [[בחירות]], ער שיקט זיינע [[חסידים]] צו שטימן און זיך אנשליסן אין די פֿירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע [[פרומע]] חסידות'ן צו זיין א חלק פון די [[אגודת ישראל]] אפטיילונג פון די [[יהדות התורה]] [[פארטיי]]. בנוסף, איז ר' אהרן'ס [[ווייב]] [[חינוך|מחונך]] געווארן אין [[בית יעקב]] [[שולע]] אין [[בני ברק]], וואס פירט זיך טאקע לויט [[חסידיש]]ע [[מנהג]]ים, אבער לערנט אויך אין [[עברית]] (אין [[ארץ ישראל]], זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין [[עברית]]). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די [[פטירה]] פון ר' [[משה טייטלבוים]], א באריכטער פון די [[זאלוני]]שע [[צייטונג]], [[דער איד]], האט קאמענטירט צו די [[דשערוזעלעם פאוסט]] אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים... נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן".