אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 11:
==פערזענליכקייטן==
===בעל מחדש און מגיד===
[[Image:cover.jpg|thumb|right|ספר חידושי תורה וואס ענהאלטאנטהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו]]ר' אהרן טייטלבוים איז פארעכנט אין די חרדישע וועלט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף [[תורה]] און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' [[יואל טייטלבוים]].
 
===סאציאלע באנעמונג===
זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, '''"דא בין איך רב, אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין"'''. די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער, צוליב דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגסטער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ. זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפע כאראקטער, איז א פאזיטיווער און א תורה'דיגער, ווייל ער האט דורכאויס די יארן, זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטע, ר' משה, דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ [[הלכה]] זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל.