אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויקיפעדיע"

2,825 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 חדשים
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (רעדאַקטירונגען פֿון אברהם סופר ירושלם צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Chaim Tzanzer)
טאַג: שחזור
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
 
דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין דער וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס "זשימי" מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי די גאנצע דאטעבאזע צו אן אנדערער דאמיין, ווייל בשעת'ן שרייבן ערקלערט מען אז די אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט פֿאדערן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע.
 
== ‫װער זענען מיר? ‬ ==
 
פֿאַרשידענע סארטן און טיפן [[מענטש]]ן נעמען אָנטײל אין [[בױ]]ען דעם [[װיקיפּעדיע]], [[שרײַבער]], בעלי מחלוקת, טײַפּיסטן, מנובלים, אינטערנעט שװימער, לײדיקגײער, אַרבעטסלאָזע, פֿרומע קנאָיִם, משוגעים, אָפֿיקורסים, אײנזײַטיקע פֿאַנאַטיקער, אױפֿגעקלערטע פֿילאָזאָפֿן, פּאָליטיקאָנטן, ביזנעסלײַט, אינטערדרוקטע, חסידים, קולטיסטן, צעבראָכענע, אידיִאָלאָגיסטן, לערער, נײגעריגע, און אַזױ װײַטער. אַלעס איז דאָ פֿאַראײניקט.
 
‫אַלע האָבן לכתחילה אַרײַן געבלאָנדזשעט אַהער נישט צו בױען אַ "ענציקלאָפּעדיע", ־ קײנער איז דאָך נישט משוגע צו אױסװײלן אַזאַ שװערן באָרינג זשאָב פֿאַר בחינם, ־ נאָר מיר האָבן פּשוט געװאָלט מיטטײלן מיט אַנדערע איבער זאַכן װאָס מיר שפּירן זיך נאנט און ענטוזיאַסטיש, דערנאָך האָבן מיר געלײענט װאָס אַנדערע שרײַבן און מיר האָבן דאָס פּאַראכטן ־ און איצט זען מיר זיך דאָ פֿאַראײניקט אין אַן אחריות'דיגע מיסיע, געפֿיל און אױפֿגאַבע, װאָס מיר טײלן זיך מיטן כלל צו לערנען און פֿארצײלן מיט אַנדערע װאָס מיר װײסן און גלײבן און אָבסעסירן.
 
דאס איז ווי א בשותפות'דיגע ראלע אין טרייב קראפט, די פרומע טראכטן דערביי לאמיך לערנען מיט אנדערע אידן תורה ביז "ומלאה הארץ דעה את ה'", און די פרייע טראכטן לאמיך לערנען מיט אנדערע דעם אמת: יעדער איינער מיינט טאקע זיין [[גאט]], און פארקויפט זיין אייגענארטיגער וועג אין עבדות ה', אבער אויפן וועג ליינט מען וועגן אייער גאט אויכט און דער זעלבסט-אבסעסיע קראנקייט, וואס האט אונז אהער געטריבן איבער פארציילן און זיך קאכן נאר אין אייין טרעק שמאלע אגענדע ריכטונג, ווערט אויסגעהיילט, און אונזער אינטערעסע האט זיך פארברייטערט און פארגרעסערט, מער און מער וואקסט דער וויקיפעדיע באזע, מיט א פאטענציאל אומבאגרייפבאר.
 
== זייער פאפולער ==
155

רעדאקטירונגען