אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך עפשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" אבער שפעטער מיט צוויי און מוסטער מיט אוניקאד קאנטראלע כאראקטערס fixes
 
שורה 8:
רבי '''ברוך הלוי עפשטיין''' ([[ה'תר"ך]], [[1860]], [[באברויסק]] - [[ה'תש"ב]], [[1942]], [[פינסק]]) איז געווען א חוקר, און מחבר פונעם ספר '''תורה תמימה''' און נאך ספרים. ער האט געארבעט אלס בוכהאלטער אין א באנק פאר פרנסה.
 
=== ביאגראפיע ===
ער איז געבוירן געווארן צו הרב [[יחיאל מיכל הלוי עפשטיין]] מחבר ספר "[[ערוך השולחן]]", און מיכלה די שוועסטער פון דעם [[נפתלי צבי יהודה ברלין|נצי"ב]], ראש ישיבה פון דער [[וואלאזשינער ישיבה]], וואס איז שפעטער אויך געווארן זיין שוואגער (ווייל נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב האט דער נצי״ב חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי ברוך׳ס שוועסטער). ביי די 13 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]], דארט האט ער געלערנט פינעף יאר, און ער איז דארט געווארן פאררעכנט אלס איינער פון די [[עילוי (לימוד)|עילויים]]. ער איז געווארן מוסמך פאר רבנות דורך: זיין פעטער דער נצי"ב, רבי [[יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק]] (מחבר פונעם "בית הלוי") רבי חיים יהודה סאסניצער דער רב פון [[סמארגאן]], און רבי רפאל שפירא וואס האט געדינט אלס מגיד שיעור אין דער וואלאזשינער ישיבה. ער איז געווארן א חתן מיט דער טאכטער פון רבי [[אלעזר משה הורוביץ|אלעזר משה הלוי הורוויץ]], [[פינסק]]ער רב, און דערנאך, אין זיין שווער'ס שטוב, האט ער געלערנט תורה ומדעי היהדות אויך אלגעמיינע וויסנשאפט. שפעטער האט ער געלערנט אין אקדמיה פאר מסחר אין [[וויען]], און זיך אומגעקערט קיין פינסק וואו ער האט געדינט אלס הויפט [[מנהל חשבונות|מנהל פון די חשבונות]] אין [[באנק]]. און דערנאך איז ער געווארן נתמנה אלס מנהל הבאנק, און ער האט אנגעהאלטן דעם פאסטן ביז'ן אויסברוך פון דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט־מלחמה]]. במקביל למד וחיבר ספרים שונים, המפורסם שבהם הוא "תורה תמימה" - א פירוש ספר על התורה. נאך זיין שווער'ס פטירה האט מען אים פארבעטן צו דינען אלס ארטיגער רב, אבער ער האט אנטזאגט. אזוי אויך האט מען אים פארגעשלאגן דאס רבנות אין [[פעטערבורג]] און אין [[מאסקווע]], אבער ער האט אנטזאגט.
 
שורה 15:
נאָך [[רוסישע רעוואלוציע|דער רוסישער רעוואלוציע]] איז ער געפארן צו די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאַראייניגטע שטאַטן]], צו דרוקן און פאַרשפּרייטן זיינע ביכער און שריפטן, דארט האט ער זיך געזוימט צווישן די יאָרן פון [[1923]]–[[1926]]. דערנאך האט ער זיך צוריקגעקערט קיין פינסק. ער איז געשטארבן בשעת [[חורבן אייראפע|דעם חורבן]] אין [[1942]], און מען האט אים מקבר געווען אין בית החיים אין [[קארלין]].
 
=== זיין ציוניסטישע טעטיגקייט ===
אין די תר"ע יארן, ווען עס איז נתפרסם געווארן די אָפּציע צו אפקויפן אַרץ ישראל פונעם טערקישן סולטאַן, האט עפּשטיין זיך שטארק קעגנגעשטעלט צו דעם געדאַנק, טענה'דיג אַז עס איז נאך ניט אנגעקומען די צייַט פון גאולה. אבער אין די שפּעטערע יאָרן האט ער זיך דערנענטערט צו דער געדאַנק פון אוועקשטעלן די לאַנד פון מדינת ישראל, ער האט באשטייערט צו די קרנות וואס זענען געווארן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, און מיט דער גרינדונג פון דער "מזרחי" פארטיי האט ער זיך באטייליגט דערין. ספּעציעלע אויפמערקזאַמקייַט האט ער געגעבן פאר דער באַוועגונג פון "הפועל המזרחי", וואָס ער האט אין איר געזען די רעליגיעזע באַוועגונג אין דעם לאַנד פון ישראל. דערוועגן, האט ער שטארק מקרב געווען די שליחים פון "הפועל המזרחי" ווען זיי האבן זיך געזוימט אין פינסק. ער האט זיך אינטערעסירט אויך אין דער אָרגאַניזירונג פון "החלוץ המזרחי" אין זיין שטאָט, געליינט די צייטונג "נתיבה" און אנדערע בראשורן איבער דעם לאַנד פון ישראל. ער איז געשטאנען אין נאָענטן קשר מיט דער זון פון זיין שוועסטער, רבי [[מאיר בר-אילן]]. אבער מיט דעם אלעם, האט ער קיינמאָל נישט איינגעזען די געבאָט פון ישוב ארץ ישראל און די ציוניסטישע אידעאלאגיע.
 
שורה 53:
 
* יהושע מונדשיין, [http://www.shturem.net/index.php?section=artdays&id=785 מקור ברוך, '''דער מקור פון''' '''ליגנט'''].
* שמריה גרשוני, ‏ [http://www.shaalvim.co.il/torah/maayan-article.asp?id=560 "יַחְדָּו יִהְיוּ תַמִּים" - איבער דער 'שיחה תמימה' על החומשים 'תורה תמימה'], '''[[המעיין (כתב עת)|המעיין]]''' תשרי תשע"ב
* [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=29654&st=&pgnum=21 '''תיקונים אויף מראי מקומות''' אין תורה תמימה].
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]]