אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה ערנסטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏געשיכטע: נאר ווער
טאַג: צוריקגעשטעלט
מ רעדאַקטירונגען פֿון יואל וויס צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
 
שורה 6:
 
==געשיכטע==
רבי משה ערנסטער איז געבוירן געווארן אין יאר [[ה'תרפ"ה]] אין שטאט [[קלויזענבורג]], [[ראמעניע]], צו זיינע עלטערן הרב חיים און מרת ריקל גיטל, וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין דער [[צווייטער וועלט קריג]]. ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט, נאך זיין [[בר מצווה]], איז ער ער געפארן אין [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]] צו לערנען אין דער ישיבה פון רבי [[אליעזר האגער]] וועלכער איז אויכעט געווען באקאנט אלס "דמשק אליעזר", ביז דעם טאג וואס דער [[רוסלאנד|רוסישער]] מיליטער האט איינגענומען דעם געגנט. דערנאך איז ער אריבערגעצויגן אין [[גרויסווארדיין]] צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי [[חיים מאיר האגער]], ביז דער אייננעמונג פון [[אונגארן]] דורך די [[נאציזם|נאציס]] אין [[1944]] און פון דארט איז ער אנטלאפן קיין [[בוקארעשט]] מיט א קליינע צאל פון זיין פאמיליע מיטגלידער. אין יאר [[ה'תש"ה]] ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז ער ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] צוזאמען מיט זיין משפחה און האט זיך באזעצט אין [[תל אביב]], און דארט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו לערנען אין דער וויזשניצער ישיבה.
 
[[י"ט אדר ב']] [[ה'תש"ח]], האט ער געהייראט מרת [[שבע ברכה ערנסטער|שבע ברכה]] (נפטר געווארן [[כ"ה אייר]] [[ה'תשס"ט]]), טאכטער פון רבי חיים מאיר האגער, דער פערטער וויזשניצער רבי.