אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעפארם יידנטום"

222 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 4 חדשים
צווישן זייערע הויפט פרינציפטן:
* ס'דא אן אייבערשטער
* דער גרויסע עיקר פון זיי איסט, דאס גילוי ה' איז נישט דער ווארטליכע דיקטירונג פון תורה אין סיני, אונד וואס די שרשרת הקבלה פון תורה שבע"פ איסט אויך נישט אמת. עפ"ל, גילוי ה' איז עפעס וואס פאסירט אין די בעווסטזיין, אזוי ווי א סובייקטיווע (נישט ווארטליכע אונד נישט אקספליצירטע!) השראה צו יעדעם דור אונד יעדעם ייד. די גאנצע תורה, שבכתב ושבע"פ, איז געווען געשריבען פון מענטשען וואס האבן באקומען אזולכע וואגע השראה. פאר דעם ס'דא אזוי פיל אונטערשידן אונד סתירות אינערהאלב די מסורה, און פאר דעם דארף יעדעם דור ענדערן די דת ווי ער וויל, אהן די מעכאניזמן פון הלכה אונד פוסקים. אין דיזעם אספעקט, פון גלויב אויף א "פארטשרייטענדע גילוי" ווי דאס הייסט, האלטען די רעפארמער ווי כריסטליכע ליבעראלע קירכען. זי גלייבען וואס אזאלכע פארשטענדיס לאסט די פראבלעם פון מאדרענן פארשונג אונד קריטיק: אפילו וואס וויסענשאפט האט דעמאנסטרירט דאס די תורה איז געשריבען פון מענטשען איבער לאנגע צייט אונד איז נישט געגעבען פון סיני, מ'קען וייטער גלייבן וואס די תורה קומט פון דעם אייבערשטער.<ref>[http://www.houseofdavid.ca/dorff110.htm א גוטע ערקלערונג איבער דער פארשטענדיס פון גילוי ה' אין דען פארשידענע שטראמונגען, אויף ענגליש].</ref>
* ס'נישטו א משיח עפ"ל, און בית המקדש ווירד נישט געבויט אין ירושלים, און ס'נישט זיין קיין קיבוץ גלויות.
* ס'נישט זיין תחיית המתים, אונד ס'נישטו מלאכים. די רעפארמער, בעאיינפלוסט פון מאדערנען פארשונג, גלייבן וואס מלאכים אונד תחיית המתים זינד געקומען אינס די מסורה פון די אלט-פערסישע רעליגיאן.
58

רעדאקטירונגען