אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוואלוציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ סיי וועלכע פערזענליכע מיינונגען באלאנגען נישט אויף וויקיפעדיע!
שורה 32:
 
 
אן אמעריקאנער טוריסט האט געפרעגט א לאקאלער צפון קארעא פאטריאט, "וואו איז דאס לעבן בעסער, אין די פאראייניגטע שטאטן אדער דא אין נארט קארעא?"
 
"אודאי קארעא!", האט ער געענפערט מיט זיכערקייט. "והא ראי', ביי אייך אין אמעריקע קריגט דער פרעזידענט ביי די וואלן אביסל מער פון 50% פון די שטימען. משא"כ ביי אונז, אין די "דעמאקראטישע פיעפעל'ס רעפובליק אוו קארעא", שטימען 100% פון די וויילער פאר די ווידערוויילונג פונעם קאמוניסטישן פירער. דאס גאנצע לאנד איז צופרידן!"
 
מיט א שטיק צייט צוריק, האט אן ארטיקל אין א געוויסע סייענס דזשורנאל פאראורזאכט א שטורעם וואס האט ארויסגענומען פון די גלייזן די לייענער און איינגעשטעלטע צוגלייך. זייער חטא: זיי האבן פובלוצירט א "סייענס פעיפער" געשריבן דורך א גרופע סייענטיסטן, וואס ווייזט אויף מיט שכל'דיגע הוכחות אז נאכן זיך פארטיפען אין די קינצליכע געבוי פון די מוסקלען און ביינער פון די מענטשליכע האנט, איז מען ענדליך געקומען צו די מתקנה אז די האנט איז "דיזיינד"‏ דורך "א באשאפער" (Creator). מזל טוב, זיי האבן זיך אויפגעוועקט!
 
די שמחה האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן. תיקף האט זיך לאז געטאהן א לאנדרי ליסט פון סטראשענונגען – אנגעהויבן פון עדיטאר און שרייבער רעזיגנאציעס און געענדיגט ביי סובסקרייבער בויקאטס און קענסילאציעס. "ווי נעמט א רעספעקטירטער דזשורנאל די העזה צו פאבלישן אזאלכע ראביש?", האט מען פארפירט. "אמעהר,העכער פינף און ניינציג פראצענט פון אלע סייענטיסן זענען ביי די מיינונג אז עס איז נישטא קיין ..." (רח"ל) "עס איז "סעטעלד סייענס", ווי קען א סייענס אויסגאבע שרייבן קעגן 'סייענס'?"
 
דער דזשורנאל האט זיך געבראכן. זיי האבן צוריקגעצויגן דעם ארטיקל און זיך אנטשולדיגט פאר דעם 'שרעקליכן טעות'. ויישן ויחלום שנית!
 
די אנגענומענער סדר הבריאה אין די אלגעמיינע וועלט כהיום איז שיטת "עוועלושן", דהיינו אז אלע נבראים (כולל דער מענטש מיט זיין פארגעשריטענע לינג, הארץ, נירן, שטים בענדער, שמעקן, טראכטן, אטעמען, פארדייאונג, לעבער, נירן, ראי', שמועה, שכל, געפילן, דיבור, דזשינס, די ען עי, וכו' וכו' וכו') זענען במשך פון מיליאנען יארן באשאפן געווארן פון זיך אליין. "פון זיך אליין?!" פרעגט נישט ווי אזוי, ווייל די הסברים האבן זיך שוין כמה פעמים געטוישט. און אז איר פראבירט נאר צו פרעגן, וועט איר כאפן ביזן זיבעטן ריפ; קשיות זאלט איר לאזן פאר די גרויסע קעפ. אייער פליכט איז צו גלייבן באמונה שלימה אלעס וואס דער סייענס חכמים האבן באשלאסן פאר אייך. מען האט אראפגעשטעלט אן אייגן-פאבריציטירטע פעלזן-פעסטע יסוד נופל וואס איז כתוב וחתום דורך אנגעפרעסענע חכמי הטבע, אז נאר "נאטור" (ליין: א וועלט אן א באשעפער) גייט אריין און דעם גדר פון "סייענס". און אויב איר זענט פון די סייענס עליטע און איר ווילט צולייגן אייער אייגענע 'טו סענטס', אזוי לאנג וואו דער סוף פסוק שטימט מיט די דאזיגע שיטה, זענט איר און גוטע הענט און אייערע טעאריעס זענען ווערד צו ווערן קאנסידערד.
 
איר קלערט אודאי, וואס גייט עס מיר אן וואס די אויסגעקראכענע סייענטיסטן האלטן? דער ביטערער מציאות איז אבער אז אזוי ווי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך - א כלל וואס איז נאך מער גילטיג אין די היינטיגע אפענע עפאכע, ווען יעדער האט צוטריט צו אלעמען אויף דער וועלט. און אפילו מען זוכט נישט דוקא צו גריבלען אין כפירה, איז לא ימלט אז מען זאל זיך נישט אנשטויסן איז זייערע שיטות בשוגג ובאונס; אפילו אומשולדיגע נייעסן זענען פיל מיט זייערע השקפות. מ'בליקט דא, מ'ליינט דארט, און עס כאפט זיך אריין א קליין קערנדל וואס פרעגט מיט תמימות "גייסט מיר זאגן אז אלע גרויסע חכמים ווייסן נישט וואס זיי רעדן"? עס נעמט נישט לאנג און פון די קערל וואקסט ארויס א גרויסן ערלה בוים וואס אירע פארפוילטע פירות ווערן געליפטערט בחינם אין די סאציאלע קבוצות און אין די "קאפע הייזער". והרבה חללים הפילה, ל"ע.
 
מען דארף אבער וויסן דעם אמת, אז די שיטות פון די סייענטיסטן, געאלאגיסטן, קאסמאלאגיסטן וכו' זענען געבויעט אויף כולו אגענדע און זערא סייענס. מיר מאמינים בני מאמינים ווייסן דעם אמת וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, און מיר דארפן נישט ווערן "אינטימעדעיטעד" פון די פאקט אז 95% פון זייערע חכמים רייזן אויף די כפירה באן. זייער מיינונג - וואס איז געבויעט אויף שקר - איז קיין מיינונג און איז אונז גארנישט מחייב, און מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן אויף דעם אז מיר זענען די מועט.‏
 
ווי טאקע שטעקט זייער טעות? מען קען צונעמען דעם ענין אין 3 טיילן:
 
1) דער ערשטע און עיקר יסוד איז הפקרות. מיר חרדישע אידן האבן א זכי' אז מיר זענען ערצויגן געווארן מיט א קלארע מסורה, א שלשלת הקבלה וואס ציהט זיך ארויף קנאפע דריי און א האלב טויזנט יאר ביז מעמד קבלת תורה ווען ששים רבוא האבן געהערט מיט די אייגענע אויערן בקולות וברקים דעם "אנכי ה' אלקיך". א יעדעס אידיש קינד, אפילו בעפאר ער איז בא לכלל דעת, ווערט אין אים אריינגעפלאנצט דער ענין פון בראשית ברא אלקים. דער אמונה פשוטה אז "דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט" לויפט אין אונזער די ען עי. דער גוי (אדער א איד וואס איז ליידער אויפגעוואקסן אין א תורה'לאזע שטוב) האט טאקע נישט די מסורה. אבער מיט דעם אלעם, אז מען ניצט אביסל דעם שכל פארשטייט מען אז פונקט ווי דער איי פעד און דער מערצעדעס זענען "מאניופעקטשירט געווארן" דורך איינעם, איז אויך די שיינע וועלט און איר טיפע נאטור "באשאפן געווארן" דורך איינעם (אחד יחיד ומיוחד!). און פונקט ווי דער פליפ פאון וועט אפילו אין א מיליאן יאר נישט ווערן א סמארט פאון, אזוי קען א פיש אדער מאנקי נישט ווערן מענטש; ס'איז פיסטע פאנטאזיעס!‏ און אז עקזעסטירט א כלי וואס איז חצי 'פליפ' וחצי 'סמארט', איז פשוט אז דער קאמפאני האט עס אזוי דיזיינד. די זעלבע, אז מען זעהט אז געוויזע באשעפענישן האבן פארשידענע ענליכקייטן איז דאס ווייל דער "אלמעכטיגער דיזיינער" האט זיי מתחילה אזוי דיזיינד! גארנישט געשעהט נישט "פון זיך אליין".
 
למעשה זעט מען אז די גרעסטע חכמים, אנגעפאנגען ביי די אור-אלטע פילאזאפן און געענדיגט ביי די היינטיגע געלערענטע, האבן זיך טועה געווען איבער דעם ענין. דער סיבה איז אז מען זעהט נישט, נישט ווייל מען "קען נישט" זעהן, נאר ווייל מען "וויל נישט" זעהן! פונקט ווי א שופט וואס נעמט שוחד קען נישט זעהן דעם אמת, אזוי זענען זיי משוחד פאר א לעבן פון שוואוילטאג און הפקרות. און אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער (ח"ו), איז לית דין ולית דיין ואיש כל הישר בעיניו יעשה "בלי פּרעשער". ‏(הגאון רבי אלחנן וואסערמאן ז"ל הי"ד איז מסביר דעם ענין במתק לשונו אין זיין באקאנטע מאמר על האמונה, ע"ש באריכות. והדברים קילורין לעיניים.)
 
די חכמי האומות אין פריערדיגע דורות האבן אויך פארשטאנען מען קען נישט סתם אזוי לייקענען אין א בורא אָן אן אלטערנאטיווע הסברה אויף בריאת העולם. געווען וואס האבן געזאגט אז אמת די וועלט איז באשאפן געווארן דורך א באשעפער, אבער נאכן באשאף האט ער אפגעלאזט די אונטערשטע וועלט... לשיטתם הטיפשית פארמאגט נישט דער "בורא יש מאין" די כוחות צו זיין א "מנהיג ומשגיח". (עפ"ל)
 
א חלק פון די פילאזאפן זענען אויפגעקומען מיט אן אנדערן תירץ צו זייער באשעפער "פראבלעם", נעמליך די וועלט איז קיינמאל נישט "באשאפן געווארן", זי איז פשוט און גראד אייביג געשטאנען (עולם קדמון).
 
(דער הייליגער רמב"ן סוף פ' בא זאגט אז די נסים אין מצרים, און די פילע מצות וואס זענען פארבינדן מיט יציאת מצרים, איז טאקע להוציא מלבם פון די אפיקורסים און עובדי ע"ז וואס האבן געלייקענט אין השגחת ה'. ע"ש)
 
די לעצטע שיטה איז געווען די צענטראלע ווערסיע אין די סייענטישע וועלט ביז פאר קנאפע 100 יאר צוריק. אין די 1920 יארן האבן די סייענטיסטן אבזערווירט און שטודירט די גאלאקסיעס און די אנדערע הימלישע באשעפענישן אין די הויעכע ספערן, און זענען געקומען צו די שרעקליכע מתקנה אז נישט מער און נישט ווייניגער עס קען נישט אנדערשט זיין נאר אז דער יוניווערס איז "באשאפן געווארן"! אן קיין ברירות, האבן די סייענטיסטן געמוזט אקצעפטירן דעם אלט-נייעם מהלך, אבער זיי האבן נישט געזיכט צו באהאלטן זייער אנטוישינג. "דער פאנאטישער מאמין מיטן געלן טלית קטן, פון וועם מיר אויפגעקלערטע לאכן שוין צענדליגער דורות, איז סוף כל סוף געווען גערעכט?" ויחזק ה' את לב פרעה, מען איז אויפגעקומען מיט א פרישע דערהער: "ביג בענג" (גרויסע באמבע!); דהיינו, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פון זיך אליין 'פערצופאל' דורך א גרויסע עקספלאזיע!
 
אלעס פיין און וואויל. אבער איצט ווערט דאך שווער די אריגענעלע קשיא. אויב די וועלט איז באשאפן געווארן יש מאין, געוואלד און געשריגן, ווער האט איר באשאפן?!
 
זיצן די חברה און רייסן זיך ביי די קעפ, ווען איינער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט הערנערישע בדחנות. איך וועל ציטורן א חלק פון די 'זיסע' תירוצים, בבחינת ליצונותא דע"ז. 1) די וועלט איז טאקע פריש באשאפן געווארן, אבער די יסוד איז שוין געווען בעפאר. איי, ווער האט באשאפן די יסוד? "די יסוד איז אזוי קליין אז זי האט נישט געברויכט צו ווערן באשאפן; זי איז אייביג געווען." איר פארשטייט? זיי אויך נישט. 2) "מיר סייענטיסטן קענען נאר שטודירן 'סייענס'. באפאר די ביג בענג איז נאך נישט געווען דער מציאות פון סייענס", [ממילא זענען מיר פטור פון צו פארענטפערן אונזער שיטה!]. 3) (דאס איז מיין favorite) "בעפאר די איצטיגע וועלט איז געווען א פאריגע וועלט. אין ווען זיי האבן געזעהן ווי די וועלט ווערט חרוב האבן זיי איבערגעלאזט זומען קערנדלעך (זרעים, seeds) וואס פון דעם איז דערנאך באשאפן געוווארן די היינטיגע וועלט..." נו, ווער האט באשאפן די פאריגע וועלט? דאס זאלט איר זיי פרעגן... ניין, דאס איז נישט א פרישע טראמפ אויסבראך. דער שטופער פון די דאזיגע פאנטאזיע איז נישט קיין צווייטער ווי מר. וואטסאן, דער הויכגעשעצטער ערפינדער פון "די ען עי"!
 
א אידל האט אמאל געהערט פון א רוסישן פלאמבער אז ער זאל לייגן קנאבל מיט שמן זית אויף די פלאך פון די פיס און עס וועט אים העלפן פאר זיינע רוקן ווייטאגן. דער איד האט עס איבערגעזאגט פאר זיין דאקטאר. האט דער דאקטאר אים געזאגט: זאג פאר דיין פלאמבער אז ער זאל ווייטער פאררעכטן פייפס, צו דעם טויגט ער. "בעק פעין" זאל ער ביטע לאזן פאר אונז דאקטוירים... אונזער מעסעדזש פאר די חברה: איר זאלט ווייטער פארזעצן שטודירן מעדעצין און עקאנאמיקס, מיר שעצן אייער ארבעט. אבער ווי אזוי דער וועלט איז באשאפן געווארן והמסתעף זאלט איר ביטע לאזן פאר אונז אידן. אונזער מהלך "העזענט טשעינדזשד" פאר טויזענטער יאר, און מיר האבן ב"ה גאנץ א פיינעם טרעק רעקארד.
 
2) דער צווייטער יסוד איז דער צפון קארעא עפעקט: אין צפון קארעא, אז איינער נעמט די העזה און שטימט אקעגן די פארטיי, אראפ מיטן קאפ! און אך און וויי פאר דעם וואס בלייבט אינדערהיים אויף עלעקשען דעי.
 
דער מצב אין די היינטיגע סייענס וועלט איז נישט צופיל בעסער. אויב א סייענטיסט פראבירט צו ציען א סייענטיפישע מתקנה וואס איז סותר צו די אנגענומענע מהלך פון כפירה, ווערט ער תיקף באזידלט און געפארבט אלץ א "רעלידזשעס פענעטיק" "אנטי-סייענס" "נאט דזשאב" (בנשימה אחת). עס איז נישט דא קיין פלאץ פאר אפאזיציע. נו, אז מען "בוליד" אלע פארקערטע מיינונגען, וועלן די דאזיגע אדער בלייבן שטיל אדער בלית ברירה מסכים זיין מיט די פאפולערע "קאנסענסעס"! נאך אלעם, קיינער וויל נישט אנווערן זיין פרנסה און פרעסטידזש. (מיר האבן דאס געהערט פון א הייסער שטיצער פון א געוויסע מאראלישע אישו. אין א פריוואטע שמועס "אף די רעקארד" האט ער מודה אז ער פרעדיגט און שרייבט פארקערט ווי ער האלט באמת, ווייל ער מוז מיטגיין מיט וואס איז פאפולער אין די פראפעסיענאלע רייען! ועל הכלל כלו יצא.)
 
מיט אזא קוראפטירטן איינזייטיגן סיסטעם, טרעפט מען זיך טאקע מיט א "צפון קארעא'ישן" סייענס קאמיוניטי וואס רובו ככלו זענען ביי די זעלבע מיינונג, ווייל די אנדערע ווערן פשוט פארשוויגן.
 
3) חינוך און מידיא פראפאגאנדע: רוב פון די היינטיגע סייענטיסטן זענען נתחנך געווארן אין אן אטמעספארע פון כפירה. ביג בענג און עוועלושן איז היינט דער אפיציעלער קוריקולעם אין די פאבליק שולעס און אין די קאלעדזשעס. אין פילע סטעיטס איז אומלעגאל אפילו צו רעדן פונעם אלטן קאמאן-סענס קאנצעפט אז א "באשאף" (Creation) מוז בע"כ האבן "באשאפער" (Creator). און אויב מען לערנט שוין יא פון רעליגיע אדער פון "קריעשעניזם" אין די יוניווערסעטיס, ווערט עס ע"פ רוב אראפגעלייגן מיט לצנות'דיגע קאלירן באגלייט מיט אלטע אויסגעדראשענע פילאזאפיע.‏
 
איז אונטערגעוואקסן א דור-צוויי וואס פון קליינווייז אן לא ידע את יוסף. די קעפ פון די אינגווארג זענען ארומגענומען פון אלע זייטן מיט א דיקע פארמאכטע גרעניץ פון כפירה און נארישקייט; מען הערט נישט און מען זעהט נישט עפעס אנדערש. וגדיים נעשו תיישים ‏–‏ די אינגע סטודענטן וואקסן אונטער און ווערן גרויסע סייענטיסטן און פראפעסארן. נאט אייך, "באט פינף און ניינציג פראצענט אוו אלל דע סייענטיסט עגרי ...". אודאי זענען אלע אויף די זעלבע זייט. די מח "פילטערס" האבן זיי דען אמאל 'פרעזענטעט' די אנדערע זייט?
 
(די כח פון דעמעגאגיע און מח וואשונג איז געווען דער צענטראלער אינגרידיענט אין דייטשלאנד הארירה אין די תר"ץ יארן. פון די ערשטע מינוט ווען דער ימ"ש איז געקומען אויפן בענקל האט זיך געענדיגט אפעזיציע; פאטריאטישע נאציזם איז געווארן די אפיציעלע אמונה טפלה, און יעדע פארזוך צו זאגן א פארקערטע ווארט איז ברוטאליש דערשטיקט געווארן דורך די פארשאלטענע געסטאפא. און צוגאב, האט מען אהערגעשטעלט א פראפאגאנדע אפאראט אנגעפאנגען ביי די צייטונגען און די מידיא און געענדיגט ביי די קליינע אין די שולעס. אזוי האט זיך די אויפגעקלערטע דייטשלאנד אין א קורצע תקופה געטוישט פון די געלערנטסטע און פארגעשריטנסטע פאלק אין היסטאריע, צו אכזריות'דיגע רוצחים אויף א מאסן פארנעם וואס דער וועלט האט קיינמאל געזעהן בעפאר.
 
אבולושען איז ריל