אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער גרויסער דיקטאטאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 4:
'''דער גרויסער דיקטאטאר''' ([[ענגליש]]: ''The Great Dictator'') איז אן אמעריקאנישער [[פאליטישע סאטירע]] [[קאמעדיע]]-[[דראמא]] פילם פון 1940 וואס איז געשריבן, רעזשיסירט, פראדוצירט און קאמפאזירט געווארן דורך דער בריטישער קאמיקער [[טשארלי טשאפלין]], וואס האט אויך געשפילט אינעם פילם. ווייל טשאפלין איז געווען דער איינציקער [[האליוואד]] פילם מאכער וואס האט נאך פראדוצירט רואיקע פילמען שוין לאנג נאך די עפאכע פון קלאנג פילמען איז דאס געווען זיין ערשטער אמתער קלאנג פילם.
 
טשאפלינ'ס פילם האט געהייכט א שטארקע פארדאמונג קעגן [[אדאלף היטלער]], [[בעניטא מוסאליני]], [[פאשיזם]], [[אנטיסעמיטיזם]] און די [[נאציזם|נאציס]]. ווען דער פילם איז ערשט באפרייט געווארן איז עס נאך געווען דא שלום צווישן די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניקטע שטאטן]] און [[נאצי דייטשלאנד]]. טשאפלין שפילט ביידע די הויפט כאראקטערן: אן אוממענטשלעכער פאשיסטישער דיקטאטאר און א געהאלטענערגערודפטער יידישער [[שערער]].
 
"דער גרויסער דיקטאטאר" איז געווען פאפולער מיט די מאסן און איז געווארן טשאפלינ'ס מערסט געראטענער פילם אין הכנסות. מאדערנע קריטיקער האבן אויך געלויבן אים אלס א העכסטוויכטיקער פילם אין היסטאריע און א וויכטיקע שאפונג פון [[סאטירע]]. אין 1997 איז ער דערוויילט געווארן דורך די קאנגרעס ביבליאטעק פאר קאנסערוואציע אין דער נאציאנאלער פילם רעגיסטער אלס א פילם מיט "קולטורישע, היסטארישע אדער עסטעטישע וויכטיקייט". "דער גרויסער דיקטאטאר" איז נאמינירט געווען פאר פינף אקאדעמיע פריזן - לעילא־ולעילאדיקע פראדוקציע, בעסטער אקטיאר, בעסטע שרייבונג (אריגינאלע סצענאר-שרייבונג), בעסטער צווייטיקער אקטיאר (פאר [[דזשעק אקי]]) און בעסטע אריגינעלע מוזיק.