אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים הערש טייטלבוים (ירושלים)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 10:
 
==לעבנס געשיכטע==
רבי חיים הערש איז געבוירן [[ה'תשל"ג|תשל"ג]] אין דער געגנט [[וויליאמסבורג]], [[ניו יארק]], [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניגטע שטאטן]], צו זיין פאטער רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און צו זיין מוטער מרתהרבנית חיה שרה, א טאכטער פון רבי [[משה שפיץ]] פון ביסטריץ זצ"ל. ביי זיין [[ברית]] האט זיין זיידע דער [[משה טייטלבוים|ברך משה]] זצ"ל איהם געגעבן א נאמען נאך זיין אייגענעם טאטן דער [[חיים צבי טייטלבוים|עצי חיים]]. אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבות אין [[מאנסי]], וויליאמסבורג און אין [[ירושלים]] ביי רבי [[משה אריה פריינד]] זצ"ל וועלכער האט איהם מסמיך געווען צו ווערן א רב און האט איהם געגעבן א היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען הלכות).
 
אין יאר [[ה'תשנ"א|תשנ"א]], האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער-קינד, די טאכטער פון רבי אפרים לעמבערגער זצ"ל פון [[מאקאווא]] [[בארא פארק]], וועלכער איז אויך געווען אן איידעם ביים ביסטריצער רב. אין יאר [[ה'תשנ"ז]] נאכדעם וואס זיין טאטע איז געווארן א רב אין ירושלים, האט רבי חיים צבי איבערגענומען זיין פלאץ אלס סיגעטער רב אין וויליאמסבורג. אין יאר [[ה'תשנ"ט]] איז זיין טאטע רבי זלמן לייב צוריקגעפארן קיין אמעריקע צו דינען אלס אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, און אנשטאט איהם האט רבי חיים צבי האט מקבל געווען אויף זיך די אויפגאבע צו פירן די ארטיגע ירושלימער סאטמארער קהילה וואס שטיצט און רעספעקטירט איהם גאר שטארק.
 
אומגעפער פאר [[פסח]] ה'תשע"ז איזהאט רבי חיים הערש זיך צוריקגעצויגן איןקיין אמעריקע צו וואוינען נאענט צו זיין פאטער דער רבי. ער קומטפארט יעדע שטיק צייט באזוכן זיין קהילה. טראץ דעם וואס ער וואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן, ווערט ער נאך אלץ פארעכנט אלס סאטמארער ירושלימער רב.
 
== זיין סטאטוס אין סאטמאר און זיינע שטעלונגען==