קיין רעדאקטירונג רעזומע
אין תקציר עריכה |
|||
==ביאגראפיע==
הרב כהנעמאן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יהודה לייב אין תרמ"ח אינעם קליינעם שטעטל [[קולי]], [[ליטא]], וואס האט געהאט א יידישע געמיינדע פון 100 מענטשן.<ref>[http://www.jewishgen.org/yizkor/lita/Lit1614.html#Page1625 ליטע יזכור בוך - קול]</ref>
אין תרע"א איז ער געווארן אן איידעם ביים [[ווידזש]]ער רב, הרב אריה לייב רובין. ווען מ'האט דאס זעלבע יאר גערופן זיין שווער ווערן רב אין [[ווילקאמיר]], האט מען אויפגענומען ר' יוסף שלמה אלס רבי אין ווידזש.
אין תרע"ו איז ער געווארן [[ראש ישיבה]] אין [[גראדנע]]. אין תרע"ט, נאך דער פטירה פון רב [[איצעלע פאנעוועזשער]], האט די פאנאוועזשער קהילה באשטימט רב יוסף שלמה דעם נעקסטן רב. ער האט געגרינדעט די ישיבה "אהל יצחק" אין פאנאוועזש אויפן נאמען פון זיין פארגייער.
אין די יארן [[1923]]-[[1925]] איז ער געווען א מיטגליד אינעם [[סיימאס|ליטווישן פארלאמענט]].
אין תש"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן אין בני ברק א ישיבה אויפן נאמען פון דער פאנאוועזשער קהילה וואס די דייטשן האבן פארניכטעט, און אויך האט ער אויפגעשטעלט די גראדנער ישיבה אין [[אשדוד]].
ביים בויען די פאנאוועזשער ישיבה, האט איין טאג גערעגט שטארק און די ארבעטער האבן אים געבעטן אז ער זאל זיי באצאלן אזוי ווי יעדן טאג און זיי וועלן אהיים גייען. האט דער רב געזאגט אז ער איז מסכים צו באצאלן אבער אזוי ווי זיי זענען זיינע ארבעטער, זאלן זיי גייען אין בית מדרש וואו די בחורים לערנען פלייסיג, און די ארבעטער זאלן לערנען גמרא אנשטאט בויען די ישיבה. זיי האבן אים געפאלגן מיט פריילעכע הערצער, מיינענדיק אז זיצן ביי דער גמרא איז אסאך גרינגער ווי ארבעטן שווער ביים בויען. אבער נאך א קורצער צייט זענען זיי געקומען צום רב מיט א טענה אז עס איז צו שווער צו קאנצענטרירן לערנען. האט דער רב געענטפערט זיי מיט א שמייכל, "איך האב געוואלט אייך ווייזן מיט דער געלעגנהייט אז מ'זאל נישט מיינען אז לערנען א גאנצן טאג איז א גרינג און אינטערעסאנט לעבן, נישט אזוי ווי ארבעטן שווער ביים בויען, נאר פארקערט, טראגן און בויען איז איבערהויפט נישט אזוי שווער ווי קאנצענטרירן לערנען גמרא, און איר וועט שאצן די ישיבה'לייט וואס פארמאטערן זיך מיט גרויסער מי". אזוי האט דער רב גוט אויסגענוצט יעדע געלעגנהייט.
== בני ברק ==
[[טעקע:Hashomer-Kahanman St יוני 2009 016.jpg|קליין|250px| הרב כהנעמאן גאס אין בני ברק]]נאך זיין פטירה האט די בני ברק שטאטראט געענדערט דעם נאמען פון השומר גאס, איינע פון די הויפטגאסן אין דער שטאט, צו הרב כהנעמאן גאס (רחוב הרב כהנמן).
{{-}}
== רעפערענצן ==
|