אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף שלמה כהנעמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געבורטס טאג
געבורטס טאג
שורה 6:
 
==ביאגראפיע==
הרב כהנעמאן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יהודה לייב אין תרמ"וח אינעם קליינעם שטעטל [[קולי]], [[ליטא]], וואס האט געהאט א יידישע געמיינדע פון 100 מענטשן.<ref>[http://www.jewishgen.org/yizkor/lita/Lit1614.html#Page1625 ליטע יזכור בוך - קול]</ref> ער האט געלערנט אין דער [[טעלזש]]ער [[ישיבה]] ביי רבי [[אליעזר גארדאן]] און רבי [[שמעון שקאפ]]. שפעטער האט ער געלערנט א יאר אין [[נאווהארדאק]], וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי [[יחיאל מיכל עפשטיין]], דער "ערוך השולחן". אין תרס"ח איז ער אנגעקומען אין [[ראדין]] וואו ער האט געלערנט דריי יאר מיט רבי [[אלחנן וואסערמאן]] אין דעם "קדשים כולל" פון דער [[ראדינער ישיבה]] ביים [[חפץ חיים]]. שוין יונגערהייט האט מען דערקענט ביי אים א כח פון פירערשאפט און ארגאניזאציע..
 
אין תרע"א איז ער געווארן אן איידעם ביים [[ווידזש]]ער רב, הרב אריה לייב רובין. ווען מ'האט דאס זעלבע יאר גערופן זיין שווער ווערן רב אין [[ווילקאמיר]], האט מען אויפגענומען ר' יוסף שלמה אלס רבי אין ווידזש.