אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אילן רמון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 27:
איידער זיין רייזע איז רמון אינטערעסירט געווען ווי צו מקיים זיין מצוות אין קאָסמאָס. ווען ער האָט געפֿרעגט וועגן שמירת שבת אין קאָסמאָס האָבן רבנים געענטפֿערן אַז ער דאַרף ציילן זעקס פּעריאָדן פֿון 24 שעה'ס און מקיים זיין שבת ביים זיבנטער פּעריאָד, ווי דעם הלכישן מנהג ביי די פּאָלן וואו דער זון שיינט נישט פֿאַר אַ סך מאָנאַטן.
 
נאָך אַ סאַךסך אָפּלייגן פֿון די צעשיקונג איז קאָלאָמביע געשיקט געווען דעם 16טן יאַנואַר 2003 פֿונעם [[קענעדי קאסמאס צענטער|קענעדי קאָסמאָס צענטער]] צו אַ 16 טעג מיסיע אין קאָסמאָס.
 
דעם 1טן פֿעברואַר 2003 איז רמון אומגעקומען צוזאַמען מיט די זעקס אַנדערע מאַנשאַפֿט מיטגלידער ווען די שאַטל איז זיך צעפֿאַלן ביים צוריקקומען אינעם ערד'ס אַטמאָספֿער. די סיבה פֿאַר דעם אַקצידענט איז געווען אַז אַ טייל פֿון איזאָלירונג שוים איז געבראָכן ביים צעשיקונג און האָט געקלאַפּט די היץ-באַשיצונג קאַכלס אויפֿן לינקער פֿליגל פֿונעם שאַטל. ביים צוריקקומען אינעם אַטמאָספֿער האָט דער באַשעדיקטער פֿליגל זיך צעהיצט און איז צולעצט געבראָכן, וואָס האָט אין גאַנצן צעשטערט די שאַטל.