אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטשלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
באט: אראפגענומען די טעקע Burning_Synagoge_Kristallnacht_1938.jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך Ellin Beltz צוליב: per c:Commons:Deletion requests/File:Burning Synagoge Kristallnacht 1938.jpg.
שורה 304:
די מאדערניזירונג האט טאקע געהאלפן די אידישע געמיינדעס און מען האט לייכטער אפגעאטעמט אבער ברוחניות האבן די קהלות אנגעהויבן ליידן פון די משכילים און זייערע נאכפאלגער וועלכע האבן פארכאפט די תמימות'דיגע אידן און צובראכן משפחות און קהלות. צענדליגער משיח'סטן האבן ארומגעפירט די אידן ווי משה מענדלעסאן (ימ"ש) און זיינע נאכפאלגער. די דייטשע אידן האבן צום ערטשן מאל באקומען כמעט פולע בירגערשאפט נאכדעם וואס פרייסן איז איינגענומען געווארן דורך פראנקרייך און דער קייסער נאפאליען האט איבערגעארבעט אלע טשארטערס, אריינגערעכנט די אידישע. מען האט אבער נישט גענאסן פון די נייע רעכט ביז 50 יאר שפעטער צוליב די נאכאנאנדיגע מלחמות צווישן פראנקרייך און פרייסן. אין 1812 איז פרייסן געווארן די ערשטע דייטשע שטאט וואס האט אפיציעל געגעבן 100 פראצענטיגע בירגערשאפט פאר אלע אידן אין איר טעריטאריע. מיט יעדע טריט ווייטער צו מאדערניזירונג האבן די אידישע קהלות אנגעהויבן ליידן פון פרישע רוחינות'דיגע פראבלעמען און דאסמאל איז עס געווען די גרינדונג פון די רעפארם גרופעס. זייער אסאך אידן האבן איבערגעלאזט די ערליכע אידישע וועג און זיך אנגעהאנגן צו די רעפארם גרופעס. פארשטייט זיך אז מען האט די רעפארמער ארויסגעווארפן פון די שולן און זיי האבן געגרינדעט רעפארם טעמפלן און די קהלות זענען גענצליך צוטיילט געווארן. נאך די רעפארם איז געקומען די קאנסערוואטיוו גרופעס וועלכע האט געהאט א שוואכערע אבער ענליכע עפעקט אויף די אידישע געמיינדעס.
 
 
[[טעקע:Burning Synagoge Kristallnacht 1938.jpg|קליין|250px|אַ שול אין פֿלאַקער אין דער [[קריסטאַל־נאַכט]]]]
די אידן האבן זיך מער און מער איינגעגעסן אין די נייע דייטשלאנד און האבן געעפענט ריזיגע ביזנעסער און האבן זיך אפילו ארויפגעארבעט צו הויכע פאליטישע שטאפלן. די דייטשן האבן געקוקט מיט האס אבער האבן מורא געהאט אפען צו דיסקרימינירן ביז נאך די ערשטע וועלט קריג ווען אנטי-סעמיטיזם איז צוריק געקומען צו איר ערגסטע פונקט אין הונדערטער יארן ביז היטלער איז געקומען צום מאכט און אנטי-סעמיטיזם איז געווארן לעגאל. די פילע צרות האט ליידער נישט נאכגעלאזט און האט געברענגט די גרינדונג פון [[ציוניזם]] דורך [[טעאדער הערצל]]. מיט די פארמערונג פון צרות איז די ציוניסטישע באוועגונג שטערקער געווארן און טויזנטער אידן האבן אפגעצויגן פון דייטשלאנד און אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע אדער קיין פאלעסטינע, ספעציעל נאכדעם וואס היטלער איז געקומען צום מאכט. די גרעסטע טייל אידישע איינוואוינער זענען אבער יא פארבליבן אין דייטשלאנד מיט קאטאסטראפישע רעזולטאטן.