אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאזעף סטאלין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 28:
== רעוואלוציאנער ==
נאך ווען ער האט פארלאזט דעם סעמינאר אין 1899 האט ער באקומען א שטעלע ביים טיפֿליס פיזיק־אינסטיטוט.<ref name="pb" /> ער האט זיך מיטגעטיילט מיט גרופעס וואס זענען געווען אינטערעסירט אנהייבן א [[רעוואלוציע]] כדי אראפווארפן דעם [[צאר]] און איינפירן א רעפובליקאנישער רעגירונג. די פאליציי האבן געמאכט אן אבלאַווע אויף זיין הויז 1901 ווען זיי האבן געזוכט נאך מענשטן וואס האבן אנטקעגנגעשטעלט קעגן דער רעגירונג. סטאלין איז אנטלאפן און האט זיך באהאלאטן כדי די פאליציי זאלן אים נישט קענען טרעפֿן. ער האט ארגאַניזירט א קעגן־רעגירונג פראטעסט דעם [[ערשטער מיי|ערשטן מיי]] 1901, ווען 3000 מענטשן האבן געקענט די אויטאריטעטן.{{sfnm|1a1=Conquest|1y=1991|1p=28|2a1=Montefiore|2y=2007|2p=82|3a1=Kotkin|3y=2014|3p=50}} אין נאוועמבער 1901, האט מען אים געוויילט צום טיפֿליסער קאמיטעט פון דער רוסישער סאציאל־דעמאקראטישער ארבעבס־פארטיי (RSDLP), א מארקסיסטישע פארטיי געגרינדעט אין 1898.{{sfnm|1a1=Deutscher|1y=1966|1p=63|2a1=Rieber|2y=2005|2pp=37–38|3a1=Montefiore|3y=2007|3pp=87–88}}
 
== עסן און לאנדווירטשאפט ==
סטאלין האט איינגעפירט קאלעקטיוויזאציע פון די פארמס, ד״ה די רעגירונג האט צוגענומען דאס לאנד פון די אלע אייגנטימער פון די פארמס און האט געמאכט פון זיי גרויסע פארמס וואס האבן געהערט צו דער רעגירונג. די קאמוניסטישע באאמטער האבן געהייסן די פארמערס ארבעטן אין די נייע פארמס און איבערגעבן די גארער פראדוקציע צו דער רעגירונג.
 
== רעפערענצן ==