אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דניאל פערל"

אמעריקאנער זשורנאליסט
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געעפנט א נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 00:52, 3 פֿעברואַר 2021

דניאל פערל, (אקטאובער 10, 1963פעברואר 1, 2002) איז געווען אן אמעריקאנער אידישער זשורנאליסט פאר דער וואל סטריט זשורנאל. ער איז פארכאפט און קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך טעראריסטן אין קאראטשי, פאקיסטאן.

זיין פארכאפונג און מארד

פערל איז געפארן קיין פאקסיטאן אויף א זשורנאליסטישע מיסיע אויסצופארשן די פארבינדונג פון ריטשערד רייד (דער שיך-באמבארדירער) און אל-קאידע.

יאנואר 23, 2002, האט ער אפגעשמועסט זיך צו טרעפן מיט איינעם, אין א רעסטוראנט אין קאראטשי, מיינענדיג אז ער גייט שמועסן מיט יענעם איבער דעם ארטיקל וואס ער האט געשריבן. ער איז דאן פארכאפט געווארן דורך א מיליטאנטישע גרופע, וועלכע האבן גע'טענה'ט אז פערל איז אן אמעריקאנער שפיאן. די טעראריסטן האבן ארויסגעשטעלט א רייע פארלאנגען וואס זיי האבן געוואלט אז אמעריקע זאל דורכפירן פאר זיין באפרייאונג; אריינגערעכנט באפרייען אלע פאקיסטאנער ארעסטאנטן פון אמעריקאנער טורמעס.

ניין טעג שפעטער, האבן די בלוט-דארשטיגע טעראריסטן אים קאלטבלוטיג דערמארדעט, דורך אפהאקן זיין קאפ.

די גרויזאמע טעראריסטן האבן אפגעכאפט אויף ווידעא דעם גאנצן מארד, און עס געשיקט צו באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן. אינעם ווידעאו זעט מען ווי איידער די טעראריסטן האבן אים אומגעברענגט זאגט פערל: "מיין נאמען איז דניאל פערל, איך בין אן אמעריקאנער איד פון קאליפארניע. איך קום פון, אה, פון מיין טאטע'ס זייט איז די פאמיליע ציוניסטיש. מיין טאטע איז א איד, מיין מאמע איז א איד, איך בין אידיש. אונזער משפחה פירט זיך לויט די אידישע וועגן. מיר האבן באזוכט אסאך מאל אין ישראל"

דריי חדשים שפעטער האבן די פאליציי געטראפן זיינע איבערבלייבענישן, וואס זענען אפגעשיקט געווארן קיין קאליפארניע וואו ער איז באגראבן געווארן.

די טעראריסטישע מערדער

פיר מענער זענען ארעסטירט געווארן און זענען אנגעקלאגט געווארן אין פארכאפונג און מארד. איינער, אריגינעל א בריטישער, אכמאד אמאר סאעד שעיך איז פאראורטיילט געווארן צום הענגן; דער געריכט האט אבער שפעטער איבערגעדרייט דעם אורטייל, טענה'נדיג אז עס איז נישט געווען גענוג באווייזן.

אין יאנואר 2021 האט דער הויפט געריכט אין פאקיסטאן ריינגעוואשן און באפרייט דעם  טעראריסט אכמאד אמאר סאעד שעיך.

ביאגראפיע

 
זיין פאספארט

פערל איז געבוירן אין פרינסטאון, ניו דזשערזי, צו זיינע עלטערן יהודה און רות פערל.