אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק שיינער"

ראש ישיבה
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געעפנט א נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 17:30, 31 יאַנואַר 2021

רבי יצחק שיינער, איז געווען א וועלט-בארימטער ליטווישער גדול און ראש ישיבה אין קאמעניצער ישיבה אין ירושלים.

ביאגראפיע

רבי יצחק איז געבוירן געווארן אין פיטסבורג, פענסילוועניע.

אלס בחור האט געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן און שפעטער אין ישיבת תורה ודעת.

ער איז א חתן געווארן מיט זיין ווייב אסתר לאה, די טאכטער פון רבי משה בערנשטיין, דער איידעם פון רבי ברוך בער לייבאוויץ, ראש ישיבת קאמעניץ. זיין שווער, רבי בערנשטיין איז געווען א מגיד שיעור אינעם אריגינעלן קאמעניצער ישיבה אין בעלארוס, און שפעטער האט ער געגרינדעט דער קאמעניצער ישיבה אין ירושלים.

נאכן חתונה האט ער ווייטער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת, וואו ער האט גע'שמ'ט אלס מתמיד און עילו, און איז געווען א שטאלץ פארן ישיבה.

ווען זיין שווער האט געמאכט עליה קיין ארץ ישראל צו גרינדן דעם קאמעניצער ישיבה, האט דער איידעם, רבי יצחק, זיך געצויגן קיין שווייץ, און ער איז אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מגיד שיעור אין די ישיבה אין מאנטרוי.

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה, צו ערפילן זיין שווער'ס פאזיציע אין ישיבת קאמעניץ, אינאיינעם מיט זיין שוואגער רבי אשר ליכטנשטיין.

רבי יצחק'ס צוויי זין און זיין איידעם דינען אלס מגידי שיעור אינעם ישיבה.

אין תשס"ג איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס חבר אין די מועצת גדולי התורה פון די דגל התורה פארטיי.

אין תשס"ז איז זיין רביצין נפטר געווארן.

ווינטער תשפ"א איז דער גאון ליידער אנגעשטעקט געווארן מיטן ביטערן קאראנאווירוס, טראצדעם וואס ער האט שוין געהאט ערהאלטן זיין ערשטן דאזע פונעם וואקסין.  

זונטאג יתרו, י"ח שבט, תשפ"א, איז דער ראש ישיבה נפטר געווארן אינעם הדסה עין כרם שפיטאל, אין עלטער פון 98 יאר.

זיין לויה אין ארויס פון ישיבת קאמעניץ און ער איז געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות

זיין פטירה איז געקומען בלויז עטליכע שעה נאכן פטירה פון רבי משולם דוד יצחק סאלאווייטשיק, איז געווען ווי א דאפלטע קלאפ פארן עולם התורה.

.