אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עידס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
אין תקציר עריכה
 
שורה 2:
'''עידס''' איז א קאלעקציע סימנים און אינפעקציעס ביי מענטשן וואס ווערט ארויסגערופן פון א שאדן צו דער אימון-סיסטעם. דער גורם פון דאזיקן שאדן איז די אינפעקציע מיט HIV, דער מענטשלעכער אימון-פעלער-ווירוס. אין די ענדלעכע סטאדיעס פון דער מחלה זיינען די חולים עלול אנגעשטעקט צו ווערן מיט געוויסע אינפעקציעס, וואס זיינען ניט אזוי געפערלעך ביי מענטשן מיט געזונטע אימון- (פארטיידיקונג-) סיסטעמען. (אזוינע געוויינטלעך ניט-סכנהדיקע אינפעקציעס, וואס זיינען א סך ערנצטער ביי ניט-באהאנדלטע איידס-קראנקע, רופט מען "געלעגנהייט-אינפעקציעס".) געוויסע קאנסערס זיינען אויך פארבונדן מיט די ענדלעכע סטאדעיס פון דער קראנקייט. כאטש רפואות קעגן איידס און HIV זיינען פאראן, און שטערן דעם ווירוס צו אוואנסירן, איז ניטא קיין אויסהיילונג. דער איינציקער אופן אויסצומיידן די קראנקייט, פון קוקווינקל פון עפנטלעכן געזונט, איז אפצומוטיקן די ניט-זיכערע אויפפירונגען וואס שטעלן מיט זיך פאר א ריזיקע פאר דער אינפעקציע.
 
עס איז די מער שווערע טויטליכע קראנקייט וואס קומט פון דעם [[וויירוס|ווירוס]]: עיטש.איי.ווי. (H.I.V. אויך די זעלבע ראשי תיבות: ה'יומען א'ימיון וו'יירוס).
 
דער ווירוס HIV ווערט איבערגעפירט דורכן גלייכן באריר (קאנטאקט) פון איין שליים-הייטל (למשל הויט) אדער די בלוט-שטראם מיט א קערפער-פליסיקייט ווו עס ליגט HIV, צום ביישפיל בלוט, זרע (סעמען), וואגינע-פליסיקיייט, פאר-זרע-פליסיקייט און בריסט-מילך. אזא טראנסמיסיע קען פארקומען ביי סעקס (תשמיש-האחור, -הפה אדער כדרכה), בלוט-איבערגיסונג (טראנספוסיע), פאראומרייניקטע שפריצן, פון א מאמע צו א קינד בשעתן טראגן, האבן, אדער געבן די ברוסט, אדער דורך וואסער ניט איז אנדער קאנטקאט מיט אייינער פון די אויבן-דערמאנטע פליסיקייטן. פון א דירעקטן באריר מיט שפייעכץ אדער נארמאלן באריר מיטן הויט איז אוממעגלעך זיך אנצושטעקן מיטן ווירוס.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/עידס"