אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם מרדכי אלטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אנגעהויבן שרײַבן דעם ארטיקל
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
הרב '''אברהם מרדכי אלטער''' <small>([[ז' טבת]] [[ה'תרכ"ו]] - [[ו' סיון]] [[ה'תש"ח]])</small> איז געבוירן געווארן אינ'ם [[שטעטל]] [[גער]] אין [[פוילן]], ווו ער האט געוווינט כמעט זײַן גארער לעבן.
צו זײַן געבורט האט זײַן עלטער -זיידע דער [[יצחק מאיר אלתר|חידושי הרי"ם]] נאך געלעבט, אבער ער איז נפטר געווארן א פאר חדשים נאכהער.
 
ער האט [[חתונה]] געהאט אין (ליטוויש) [[ביאלע]] אין יאר [[ה'תרמ"א]]. זײַן [[שווער]] איז געווען ר' נח טשארני (שחור), פֿון די חשב'סטע גערער [[חסידים]] אין ביאלע.
 
נאך דער פטירה פֿון זײַן פֿאטער דעם „שפת„[[שפת אמת]]" האבן כמעט אלע גערער חסידים אים אויפֿגענומען אלס רבי'ן. העכער פֿון פֿערציג יאר איז ער געווען דער מנהיג פֿון די גערער חסידים. אין די יארן פֿון זײַן רביסטיווע איז גער געווארן דאס גרעסטע חסידות אין גאנץ פוילן. ער איז אויך געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון [[אגודת ישראל]].
 
אין אנהייב דער [[צווייטער וועלט קריג]] האט ער זיך געצויגן קײַן [[ווארשע]], אבער די רשעים ימ"ש האבן עם שטארק געזוכט. אין יאר [[ה'ת"ש]] האבן די חסידים מצליח געווען באקומען דאקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פֿון זײַן משפחה זאלן האבן רשות אײַנצוּוואנדערן קײַן [[ארץ ישראל]], וואס אין יענער צײַט האט געהייסן [[פאלעסטינא]] אונטער [[גרויסבריטאניע|בריטישער]] הערשאפֿט.
 
בשעת ווען ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויף [[הר הזיתים]] צוליב די מלחמה וואס האט געהערשט צווישן ישראל און די אראבישע לענדער. האט מען עם באגראבן אין א קבר אין דעם חצר פֿון דער ישיבה „שפת אמת" אין [[ירושלים]], ווו ער ליגט ביז צום הײַנטיקן טאג.