אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב חיים סופר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג פֿארגעשריטענע מאביל־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג פֿארגעשריטענע מאביל־רעדאקטירונג
שורה 19:
 
==ביאגראפיע==
ער איז געבוירן געווארן אין [[באגדאד]] צו זיינע עלטערן רב יצחק ברוך בן רבי '''אליהו''' פון דער "מוסה" משפחה און רביצין אסתר. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער און אויך צו ווערן א סופר [[סת"ם]]. ער האט געלערנט ווייטער אין דער "מדרש [[בית זילכה]]" [[ישיבה]] אונטער הרב [[עבדאללה סומך]]. אויך האט ער געלערנט ביי הרב [[אלישע דאנגור]] מחבר פון [[מעשה בית דין]]. ער איז באאיינפלוסט געווארן אין תורה און [[קבלה]] פון הרב [[יוסף חיים פון באגדאד]], מחבר פונעם "[[בן איש חי]]", וואס האט אים געגעבן היתר הוראה. ער האט חתונה געהאט מיט רביצין פרחה בדהובא.{{הערה|אריינפיר צו זיין ספר ״ישמח ישראל״ אויף תורה, חלק א}} פאר פרנסה האט ער געדינט ווי א [[סופר סת"ם]], דעריבער האט ער גענומען דעם משפחה נאמען "סופר".
 
ראש חודש סיון [[1904]] [[ה'תרס"ד]] האט ער אימיגרירט קיין [[ארץ ישראל]] מיט זיינע פריינט, רבנים [[יחזקאל עזרא רחמים]] און [[צדקה חוצין]]. ער האט געוואוינט אין דעם [[שכונת הבוכרים|בוכארים געגנט]] און האָט געלערנט אין דע מקובלים ישיבה בית אל.