אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלום קרויז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שטייט שוין אין ארטיקל; געהערט נישט אין אריינפיר
שורה 1:
הרב '''שלום קרויז''' ([[כ"ז אייר]] [[ה'תרע"ז]], [[ראצפערט]] - [[י"ד כסלו]] [[ה'תשע"א]], [[ניו יארק (שטאט)|ניו יארק]]) איז געווען אב"ד אין [[אודווארי]], [[רומעניע]], פאר דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]], און א רב אין [[וויליאמסבורג, ברוקלין]], נאך דער מלחמה. ער איז געווען דער לעצטער רב אין דער וועלט וואס איז נאך געווען א רב אינדערהיים אין [[אייראפע]] נאך פאר דער מלחמה.
 
ער איז געווען א זוהן פון הרב רבי [[שמואל דוד קרויז]] דער רב פון אודווארי בעפאר איהם, א איידעם פון הרב רבי [[ישראל בער שטיין]] דער ראש הקהל פון ראצפערט.
 
פון יאר [[ה'תשכ"ד]] און ביז [[ה'תשל"ג]] האט ער געפירט א ישיבה. זיינע תשובות זענען געדרוקט אין '''שו"ת דברי שלום'''. אכט חלקים און זיינע תורות זענען געדרוקט אין דער סעריע פון ספרים "מנוחת שלום".
 
== לעבנסגעשיכטע ==
רבי שלום קרויז איז געבוירן אין [[אונגארן]] צו זיין פאטער הרב שמואל דוד קרויז אב"ד אודווארי, א זון פון הרב שלום קרויז פון לעגענעמיהאלי, א זון פון הרב איתמר אפרים קרויז פון ק"ק ווארשאני. הרב שמואל דוד קרויז איז געווען אן איידעם פון ר' ישראל דוב שטיין פוןראש הקהל אין [[ראצפערט]], א זון פון הרב משה שטיין אב"ד סענזשארץ בעמח"ס באר משה.
 
זיין [[ברית מילה|ברית]] איז פארגעקומען אין ראצפערט שבת ערב שבועות תרע"ז. ביי זיין ברית וואס איז פארגעקומען אין ראצפערט שבת ערב שבועות תרע"ז האט דער בעלזער רב, רבי [[ישכר דוב רוקח (א)|מהרי"ד]] מכבד געווען זיין זון רבי [[אהרן רוקח|אהרן]] אלץ סנדק.
שורה 68 ⟵ 66:
 
רבי שלום איז געווען אויכעט א [[ברודער]] מיטן איש החסד [[אשר אנטשיל קרויז|ראצפערטער רב]].
 
 
=== זיינע לעצטע יארן ===
שורה 85 ⟵ 82:
תיכף ווען די בשורה איז פארשפרייט געווארן האט זיך פארזאמלט ארום דעם אודוואריער [[בית מדרש|בית המדרש]] און אין די גאסן ארום, צענדליגע טויזנטער אידן. מען האט דעם צדיק גע'טובלט אין זיין אייגענעם מקוה בראשות די אויסגעקליבענע [[חברה קדישא]] ווי אויך עטליכע אנזיכטיגע און חשוב'ע תלמידים. נאכדעם האט מען דעם ארון אריינגעטראגן אין בית המדרש. תלמידים האבן זיך קריעה געריסן כהלכה. נאך די הקפות האבן מספיד געווען קודם דער שוואגער דער קערעסטיר־בערבעשטער רבי הרב ישעי' גראס וואס ער האט אויך אויפן פלאץ מכתיר געווען דעם נייעם רב זיין איינציגן זון, שמואל דוד קרויז . נאכדעם האבן מספיד געווען: דער קארלסבורגער רב, רבי [[יחזקאל ראטה]], אדמו"ר מהארעדענקא מאנטשעסטער א מחותן. איינער פון די צוויי [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רביס, רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]]. דער [[מונקאטש (הויף)|מונקאטשער]] רבי, רבי [[משה לייב ראבינאוויטש]]. דער [[פאפא]] רבי, רבי [[יעקב יחזקיה גרינוואלד]], רבי [[טודרוס זילבער]] יאוואזשנער שכן טוב רב. אב"ד סאטמאר וומס"ב רבי [[מענדל טייטלבוים]], דעם רבינ'ס איידעם רבי נחום מאיר גערמאן. דער רבינ'ס איידעם רבי מאיר יוסף ראזענבוים - [[סטראזשניץ (הויף)|סטראזשניצער]] רבי פון [[קליוולאנד]]. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישראל אברהם אלטער קרויז - [[קערעסטיר|קערעסטירער]] רבי. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישכר דוב טויב, נעשכיזער רב פון וויליאמסבורג. אן אייניקל פונעם רב, הרב מתולדות נפתלי. אן אייניקל פונעם רב, רבי איתמר ראזענבוים פון מאנסי,והאחרון הכביד הגאב"ד ד'אודווארי . ווי אויך דער משמש בקודש הרב חיים אהרן מיללער. פארטאגס איז די לוויה אנגעקומען צום חלקת אודווארי [[ניו זשערסי|ניו דזשערסי]] וואו עס איז געווען שווארץ פון די הונדערטער אידען וואס האבן דארט אפגעווארט דעם ארון. אין דעם בית החיים זענען אויכעט אפגעהאלטן געווארן מילי דהספידא, און דערנאך דער ארון איז נטמן געווארן אינעם אוהל פון צדיקי בית אודווארי זי"ע.
 
די וואך פון דער שבעה זענען טויזנטער אידן דורכגעגאנגען מנחם אבל זיין און טרייסטן זיין איינציגן און באליבטן זון רבי שמואל דוד וואס איז באקאנט בעולם התורה והחסידות און וואס האט ערווארבן א נאמען פון א געוואלדיגער תלמיד חכם און פוסק, וועלכער איז א בקיא בכל מכמונות התורה, און וועלכער האט געהאט א היתר הוראה שוין פילע יארן, זייט תשכ"ז. צווישן די רביס וואס זענען געקומען צו מנחם אבל זיין, זענען אריינגערעכנט: ביידע סאטמארער רביס. די רביס פון, באבאוו, פאפא, וויזשניץ, סקווירא, רחמיסטריווקא, פשעווארסק, קרעטשענעוו, וויען צעהלים, תולדות אהרן, מונקאטש, דינוב און נאך. ככלות השבעה איז פארגעקומען די הקמת המצבה בחלקת אודווארי ביום כ"א כסלו, אין דעם טאג וואס דער רב זי"ע איז באפרייט געווארן צוזאמען מיטן סאטמארער רבי אדמו"ר בעל דברי יואל זי"ע. בוסן זענען געפארן פון אלע צענטערן אין ניו יארק.
ככלות השבעה איז פארגעקומען די הקמת המצבה בחלקת אודווארי ביום כ"א כסלו, אין דעם טאג וואס דער רב זי"ע איז באפרייט געווארן צוזאמען מיטן סאטמארער רבי אדמו"ר בעל דברי יואל זי"ע.
בוסן זענען געפארן פון אלע צענטערן אין ניו יארק.
דורך די ערשטע צוויי וואכען נאך דער פטירה פונעם רב זענען געבוירן געווארן אין די משפחה 7 אור אייניקלעך וואס טראגען דעם נאמן "שלום".
ביי די שלושים איז פארגעקומען א ריזיגע סעודה אינעם בית רחל זאל אין וויליאמסבורג מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער מענטשן אין הויפט פון זיין ממלא מקום רבי שמואל דוד, וואס האט געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה און האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש. אויך האבן גערעדט דער שאצער רבי, דער קערעסטירער רבי און נאך.
 
מיט דעם הסתלקות פון איינעם פון די איינציגע פארצייטישע צדיקים פון דער אלטער היים האט זיך געשלאסן א תקופה וואס האט צוזאמעגעבינדן דעם היינטיגן דור מיטן פריערדיגן.