אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד לעלאווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27:
ווען די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' [[משולם זושא פון האניפאלי|זושא]] און דער רבי ר' אלימלך זכותם יגן עלינו זענען ארומגעגאנגען גלות ליידן, זענען זיי געוואויר געווארן פון דעם יונגל דוד'ל. זענען זיי געגאנגען אין דעם דארף [[קליין ביאלע|ביאלא]] נעבען [[לעלאוו]], וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט. אנקומענדיג אין הויז האבן זיי נישט געטראפן דארט קיינעם אויסער דאס קינד דוד'ל און האבן אים געפרעגט וואו איז דיין פאטער? האט ער געענפערט ער איז געגאנגען אין שטאט אריין. און וואו איז דיין מוטער? האט ער געענפערט זי דארף שוין אנקומען. ווען די מוטער איז אנגעקומען אהיים, האבן זיי איר געפרעגט, זאגט אונז די התנהגות פון אייער מאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין אלגעמיין וואס צוליב דעם האט איר זוכה געווען צו אזא הייליג קינד?
 
האט זי געענפערט, איך זע נישט ביי אים עפעס ספעציעלס, נאר איין זאך וואס איך טו בייוואוינען, יעדן שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודות ווען ער זינגט דעם זמר "בבואו מאדום" און ווען ער קומט אן צו דעם חרוז "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות" וויינט ער בדמעות שליש און קלאפּט זיך דעם קאפּ אין דער וואנט, און בעט השי"ת אז ער זאל זוכה זיין צו א לייטיש קינד, אן ערליכער איד, ער וויינט אזוי שטארק ביז ער פאלט אינגאנצן חלשות אז מען מוז אים דערמונטערן.{{מקור}}<ref> וינשטוק, בנציון משה [https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43714&st=&pgnum=45&hilite= “קודש הלולים” פרק א’] </ref>
 
ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך אנגערופן, יעצט פארשטייען מיר שוין טאקע פארוואס זיי האבן זוכה געווען צו אזא קינד...