אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאלטער קריג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 25:
 
== נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה ==
[[טעקע:Yalta_summit_1945_with_Churchill,_Roosevelt,_Stalin.jpg|טעקסט=|קליין|ביים יאלטא קאנפערענץ: [[ווינסטאן טשערטשיל|ווינסטאן טשערטשיל Churchill]], [[פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט|פֿרענקלין ד. רוזעוועלט]] און [[יאזעף סטאלין]] אנהייב 1945]]
נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דייטשלאנד געליגן חרוב. די אליאירטע קראפטן וואס האבן געזיגט און אקופירט דאס לאנד האבן עס צעטיילט אויף פיר. אין דעם מערבדיקן העלפט פון דייטשלאנד האט מען געגעבן איין צו די פאראייניגטע שטאטן, איינעם צום פאראייניגטן קעניגרייך און איינעם צו פראנקרייך. דער ראטן־פארבאנד האט אקופירט דעם מזרחדיקן העלפט. די שטאט [[בערלין]], טראץ וואס זי איז אינגאנצן אינעם מזרחדיקן העלפט, האט מען אויך צעטיילט צווישן אלע פיר לענדער.
 
שורה 36:
[[File:Truman signing National Security Act Amendment of 1949.jpg|thumb|פרעזידענט טרומאן חתמ׳עט דעם נאציאנאלן זיכערקייט אקט אמענדמענט פון 1949 מיט אורחים אין דעם אוואַלן ביורא.]]
 
[[שפיאנאזש]] איז בכלל נישט קיין נייע זאך, און איז געווען זייער וויכטיק אין דער תקופה פונעם קאלטן קריג. נאך זייער דערפאלגרייכן שפיאנאז אין דעם [[מאנהעטן פראיעקט]], האט די פֿסס״ר אויפגעבויט אירע שפיאנאזש מיטלען, ספעציעל דעם [[קא גע בע]]. די [[CIA|צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור]] האט געפירט די פֿ״ש אָנשטרענגונגען אין אויסלאנד, און דאס [[FBI|פֿעדעראלע ביורא]] האט זיך באשעפטיגט מיט קעגן־שפיאנאזש. צווישן די פונקציעס פונעם קא גע בע איז געווען כאפן פרעמדע שפיאנען, ווי אויך קעמפן קעגן אינלענדישער סובווערסיע.)
 
ווען [[יאזעף סטאלין]], דער דיקטאטאר פון פֿסס״ר, איז געשטארבן אין 1953, איז [[ניקיטא קרושטשעוו]] געווארן זיין ממלא מקום. אין זיין [[געהיימע רעדע|געהיימער רעדע]] האט קרושטשעוו איינגעפירט א ניי מהלך קעגן סטאליניזאציע, ווי די [[גולאג]] לאגערן און דער ׳קולט פון פערזענלעכקייט׳.
 
די 1950ער יארן זענען געווען די צייט פונעם אנהייב פון דער [[קאסמאס פארמעסט]] צווישן די פֿאראייניגטע שטאטן און דער פֿסס״ר. זי האט אנגעהויבן ווען די פֿסס״ר האט געשטעלט דעם [[ספוטניק 1]] סאטעליט אין אן ארביט ארום דער [[ערד-פלאנעט|ערד]], און אזוי איז דער ראטנפארבאנד געווארן דאס ערשטע לאנד אינעם קאסמאס. די פאראייניגטע שטאטן האבן זיך אנגערופן מיט אויפשטעלן [[NASA]] (נאַסאַ), און נאך א קורצער צייט האט ארויפגעשיקט זייערע אייגענע סאטעליטן. אויך האט דער ראטנפארבאנד ארויפגעשיקט דעם ערשטן מענטש ([[יורי גאגארין]]) אין אן ערד־ארביט, מיט דער טענה אז דאס באווייזט אז קאמוניזם איז די בעסערע אידעאלאגיע.
 
{{-}}