אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאנסי טרעילס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געעפנט א נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 23:01, 24 נאָוועמבער 2020

מאנסי טרעילס (ענגליש: Monsey Trails) איז  א אידישער באס פירמע, וואס מאכט באס רייזעס צווישן ראקלענד קאונטי און ניו יארק סיטי. בעיקר מיט רייזעס פון און צו חסידיש באוואוינטע געגנטער, ווי פון מאנסי, סקווירא קיין בארא פארק און וויליאמסבורג.

די פירמע איז אריגינעל געגרינדעט געווארן איבער פערציג יאר צוריק, דורך די לונגער פאמיליע, מיט איין באס, אלס א טראנספארטאציע מיטל פאר סקווירא חסידים וועלכע האבן זיך געצויגן צו זייער נייע שטעטל שיכון סקווירא, זיי צו טראגן פון און צו די שטאט.

מיט די יארן איז עס פארברייטערט געווארן אלס א גרויסע פירמע, מיט איבער זעכציג באסעס, און אכציג טעגליכע רייזעס.

אפטיילונגען

היינט פארמאגן זיי עטליכע אפטיילונגען, ווי מאנסי טאורס (ענגליש:Monsey Tours) וועלכע געבט זיך אפ מיט לענגערע 'לאנג דיסטענס' באס רייזעס

א באס לעיקוואוד קיין ברוקלין

א באס פון ניו יארק קיין באלטימאר

קריטיק

אין לויף פון די יארן זענען זיי עטליכע מאל געקומען אונטער אטאקע און אויסגעשטאנען קריטיק פון פרייהייט גרופעס צוליב דעם וואס זיי פלעגן הענגן א מחיצה, וואס זאל אפטיילן צווישן די מענער און פרויען פאסאזשירן.

אין 1994 זענען זיי אנגעקלאגט געווארן דורך א פרוי מיט א דיסקרימינאציע קלאגע, נאכדעם וואס מען האט איר ארויסגעשיקט פון די מענער אפטיילונג. די פירמע האט זיך שפעטער פארשטענדיגט מיט די פרוי אינדערויסן פון געריכט.

דרויסנדיגע וועבלינקען

זייער וועבזייטל